ר' שאול אלתר צופראסקעט זיך מיט ר' מענדל שפרן

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1084 מאל

ר' שאול אלתר צופראסקעט זיך מיט ר' מענדל שפרן

שליחה דורך חקרן »

ווי באקאנט האט הגאון ר' שאול אלתר אויפגענומען אין זיין ישיבה, הגאון ר' מענדל שפרן, וואס זאל שטיין אלס ראש-ישיבה און זאגן שיעורים פאר די בחורים. ר' מענדל שפרן איז א באקאנטער נאמען אין די גאס, אויסגערופן מיט זיין לומדות און דיני-תורות, און איז ברייט באקאנט מיט זיין דרייסטקייט און לא תגורו מפני איש, נישט מורא האבנדיג פאר קיינעם אין די וועלט. אויף ר' מענדל קען מען זאגן אז ער איז א רוח שאינו מצויה, טוט אויף א וועלט. דער ראש-ישיבה ר' שאול האט גענומען א שריט ביים אויפנעמען ר' מענדל אלס ראש-ישיבה, וויבאלד ר' מענדל איז אויך באקאנט מיט זיין לימוד העיון - א זאך וואס איז איינע פון די יסודות ביים ביים ראש-ישיבה ר' שאול, און טאקע דערפאר האט ער אים אויפגענומען אויף דעם ארט.

שטעלט זיך אבער ארויס, אז א פייערדיגע מחלוקה האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי, בשעת די ישיבה און די קהילה איז צוטיילט אין צווייען, דער איז מצדד לצד דעם ראש-ישיבה און אנדערע זענען מצדד לצד הגאון ר' מענדל, און עס גייט פייער אין די קהילה... ווער וואלט געקלערט אז אין אזא יונגע קהילה זאל שוין אזאנס פארקומען?!

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א שיעור פון הגאון ר' מענדל אין ישיבה, דארט האט ער ארומגערעדט אין די סוגיא פון מיגו, כח הטענה - א באקאנטע סוגיא אין די לומדי'שע וועלט, דארט האט ער ארומגערעדט א מהלך אין די טיפע סוגיא, באזירט מיט מקורות פון ראשונים און אחרונים אין דער סוגיא, כדרכו של הכהן שדעתו יפה ר' מענדל.

אבער עס האט זיך נישט אפגעשטעלט מיט דעם.

נאך אין דער זעלבער וואך איז געקומען אין ישיבה דער ראש-ישיבה, הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, און האט געגעבן א שיעור אין ישיבה, אויך אין דער סוגיא פון מיגו, דארט האט ער שארף מחולק געווען מיט ר' מענדל, אויפברענגענדיג א נייער מהלך, באזירט לויט א חזון-איש און הגאון רבי יהודא סילמאן שליט"א, אינגאנצן פארקערט פון ר' מענדל'ס מהלך, און די בחורים וועלכע האבן שוין געהערט פון פריער ר' מענדל'ס שיעור, האבן זיך גענומען צוריק'טענה'ען, ותהי הישיבה כמרקחה.

דער סוף איז געווען, אז עס זענען ארויסגעקומען בריוו מיט פאשקעווילן אויף ביידע זייטן, בשעת יעדער איינער פראבירט אויפצואווייזן זיין וועג אין מיגו און כח הטענה, אז דאס און נאר דאס איז די ריכטיגע. אפילו די צוויי גאונים אליין, האבן זיך פארהערט דורך בריוו געשריבן געווארן אהין און צוריק. אויף די צוויי זענען געקומען אנדערע תלמידי חכמים פון די קהילה און אפילו פונדרויסן פון די קהילה, און זיי האבן זיך אריינגעמישט בין שני הרים גבוהים, זאגנדיג און שרייבנדיג זייערע סברות, און דער עולם התורה רעש'ט און קאכט... עס ברענט א פייער.

דא האט איר עטליכע באריכטן פון די מחלוקת:
https://cloud.mesergo.co.il/umail/?page ... TMxkTO0IDN
https://drive.google.com/file/d/1rVhI3c ... kkcAa/view
פאשקעווילן:
https://drive.google.com/file/d/1wRrci3 ... TSYEy/view

איך הער זאגן א שאולזאן האט א גאנצע באריכט איבער דעם, ער פאסמאקעוועט זיך דערויף, און האקט ממש א לעבן. אין א ספעציעלע שריט האט ער ארויסגעגעבן א ספעציעלע ווידאו, אין וועלכן ער איז מסביר בטוב טעם ודעת ביידע צדדים, און פארוואס ר' מענדל האלט אזוי און ר' שאול האלט אזוי. ער הויבט אן דעם שמועס, אז באמת האט ער נישט געוואלט רעדן פון דעם, אבער מען קען נישט זיין שטיל, מען מוז ארויסקומען מיטן אמת, אז מען זאל וויסן וואס עס קומט פאר. אין זיין שמועס צונעמט ער ביידע זייטן כדי די צוהערער זאלן פארשטיין ביידע צדדים פון די מחלוקת, ער גייט אריין טיף אין דער סוגיא פון כח הטענה און מיגו, ער זעלבסט נעמט זיך אן פאר ר' מענדל שפרן, ווייל לויט אים איז די ריכטיגע סברה זיין וועג. מיט אן ערנסטן געזוכט און מיט קנייטשן די שטערן, ווארנט ער דארט ר' שאול, אז טאמער וועט ער זיך נישט בייגן צום דעת פון ר' מענדל שפרן, הו הו הו וועט ער אים לערנען... ער וועט ארויסקומען מיט א דריטע באנד פון ספר עברא דדשא - א זאך פון וואס ר' שאול פחד'נט אוועק.

ימים ידברו, וואס וועט זיך דארט אויסקאכן.

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר