שטורעם אין גער נאך דרשה פאר מידות טובות אין גערע סעמינאר

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

שטורעם אין גער נאך דרשה פאר מידות טובות אין גערע סעמינאר

שליחה דורך חתם סופר »

אין גער איז יעצט א שטורעם נאכדעם וואס דער מחנך הרב חיים רייך האט געהאלטען א דרשה אין די גערע סעמינאר און האט געזאגט פאר די מיידלעך אז מ'דארף האבן מידות טובות אפילו פאר חסידים פון הרב שאול. זיי גריסן, חלילה נישט שפייען אויף זיי, און גיין צו שמחות.

בשעת די דרשה איז געווארן א שטורעם, די מיידלעך האבן זיך אויפגעהויבן און אנגעפאנגען ארויסגיין, אבער הרב רייך האט נישט אויפגעהערט ביז מ'האט אים אויסגעפלאגט די מייק נאך זאגן אזעלכע שרעקליכע דברי כפירה וואס איז קעגן אלעס הייליג וואס מ'לערענט אין גער.

מ'הערט ווייניג אז איינער זאל אויסשרייען די דבר ה' אן דעם וואס ער זאל עפעס קענען פארדינען פון דעם. הרב רייך האט נאר אויפגערעגט די גרעסטע חסידות אין א"י, אבער זעהט אויס די שרעקליכע טראגעידיע אין מירון האט אין אים אנגעצינדען א אש קודש און האט מחליט געוועהן צו זאגן די דבר ה' פאר יעדע פרייז.

איך דארף מדגיש זיין אז אין די דרשה האט ער גערעדט מיט די גרעסטע כבוד אויף גערע רבי און געזאגט אז ער איז א "מלאך אלוקים" און ס'איז זיכער אז ער הייסט נישט זיך אזוי אויפפירען. אבער זעהט אויס די מיידלעך ווייסן בעסער און זיי ווייסן אז דער רבי האלט יא אז מ'דארף זיך אזוי אויפפפירען.

דא קען מען הערן א חלק פון די דרשה און די שטורעם
https://ch10.co.il/news/669214/#.YJKR6OhKiUl

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר