ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

שוין לאנג וואס איך טראכט צו שרייבן, אבער קוקט אויס יעצט איז געקומען די צייט דערוועגן. פארט וועל איך נישט לאנג מאריך זיין און מגלה זיין טפח צו פארדעקן טפחיים, ויה"ר שיתקדש ש"ש על ידינו.

יעדער איינער ווייסט און קען דעם רבי'ן פון מרכז ויז'ניץ שליט"א אלס מענטש, וואס טראצדעם וואס ער גיבט זיך שטארק איבער פאר זיינע חסידים (כל זמן זיי זענען אמת'דיג געטריי און איבערגעגעבן פאר אים), ער גייט ארויס פון זיין וועג פאר זיינ'ס א מענטש און גיבט זיך אינגאנצן איבער, פארט האט ער מאדנע קריאזע זיטן און טוט אינטערעסאנטע זאכן אשר אין כאן המקום להאריך, והדברים ידועין ומפורסמים, והמפורסמות אינן צריכות ראיה.

נישט פון דעם ווילן מיר אבער רעדן.

נאך בחייו פון זיין טאטע'ן, דער ישועות משה זצוק"ל, האבן זיינע מענטשן אים אנגעהויבן צו רופן "דער הייליגער רב", בשעת זיין טאטע, דער רבי שליט"א (היינט זצוק"ל), האט מען גערופן "דער הייליגע רבי". אפילו אויף פליקאטן וואס מען האט געדרוקט פאר אים און אויפגעהאנגען בריש חוצות, האט מען געשריבן "הרב הקדוש" אדער "הרה"ק", דאס איז געווען די נארמאלע נארמע אויף דעם ארט. בנוסף לזה, איז דער סדר דארט ביזן היינטיגן טאג, און דאס האט זיך נאך אנגעהויבן ווען ער איז נאך געווען א רב, אז דער בעל-תפילה שטייט נישט ממש צו מזרח-זייט, נאר עטוואס אויסגעדרייט צו אים. אזוי איז אנגענומען נאך פון בחייו פון זיין טאטע'ן.

דאס איז אלעס פיין און וואויל - וועמען שטערט ער דערמיט?

ער האט אלעמאל געהאט אן אבסעסיע, אז זיין זוהן שטייגט אים איבער און אז מענטשן ווערן קעלטער צו אים, ווייל זיין זוהן איז מער געלונגענער פון אים. מען דארף דערמאנען, ער האט איין בן-יחיד, ר' חיים מאיר, און ער ציטערט פון דעם דאזיגן זוהן ווי פונעם טייוול אליין. אפילו עס קוקט אויס פונדרויסן אז ער איז אים מכבד, אבער עס איז ווייט פון דעם, און ווער עס ווייסט, ווייסט.

עס איז געווען א שטיק צייט, וואס מען האט אנגעהויבן רופן זיין זוהן "הייליגע ר' חיים מאיר", ער האט דאס אפגעשטעלט, און נישט סתם. ער האט געהייסן זיין זוהן זאל זיך אויפשטעלן מיט א דרשה און אסר'ן, זאגנדיג אז דער טיטל באלאנגט אויסדריקליך נאר פאר זיין טאטע'ן, און אזוי איז טאקע געווען, אז מען האט אים אויפגעהערט רופן מיטן צונאמען "הייליגע". בקיצור, אים אליין, האט מען געמעגט רופן "הייליגע" בחייו פון זיין טאטע'ן, אבער זיין זוהן טאר מען נישט רופן מיט דעם דאזיגן נאמען. עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז זיין זוהן איז א בן-יחיד, ער וואוינט אין אמעריקע, אלס אויסשליסליכער זוהן פון זיין טאטע אין אמעריקע (און בכלל), אבער ער טראגט נישט דעם פאסטן "רב". זיין טאטע ציטערט אים צו געבן עפעס וואס קען דערהערט ווערן ווי עפעס שררה, ער האט אים קיינמאל נישט געשטעלט אלס "רב", אדער אנדערע אפציציעלע פאסטן. יא, מען איז אים שיין מכבד, און ער איז דער גאנצע זאך דאהי, אבער א טיטל קען ער נישט באקומען.

א שטיק צייט, נאך וואס זיין טאטע איז געווארן דער רבי, איז געגאנגען איינער אין בית-המדרש אין בארא-פארק, און אויסגעדרייט דעם סטענדער פון דער בעל-תפילה צו ר' חיים מאיר, אזוי ווי מען טוט ביים רבי'ן אין בני-ברק, און אזוי ווי עס איז נאך געווען איינעפירט ביי זיין טאטע, בחייו פון זיין זיידע. דאס מיינט, אז וויבאלד זיין טאטע האט אזוי געטון אלס רב, מעג דאך אזוי זיין אויך ביי ר' חיים מאיר בחייו פון זיין טאטע... אבער א בהלה איז אנטשטאנען, דער רבי פון בני-ברק איז געווארן פשוט ווילד דערויף, און בשום-אופן דאס נישט געוואלט צולאזן. דאס מיינט, אז ביי אים איז דאס געווען כשר, אבער ביי זיין זוהן איז דאס נישט כשר. ער מוז פארבלייבן אז חשוב'ער אויבן-אן איד, וואס מען איז מכבד בזכותו פון זיין גרויסן טאטע'ן, אבער נישט קיין פערזענליכע הערצה און כבוד צו אים אליין.

נעמט אין באטראכט: ר' חיים מאיר איז א בן-יחיד און אן אויסשליסליכער ממשיך. עס וואלט זיך אים געקומען דאס וואס ר' אהרן מרדכי באקומט אין בעלזא, אבער זיין טאטע לייגט אים פיסלעך אין וועג און לאזט דאס נישט צו. ר' חיים מאיר איז א מוכשר'דיגע יונגערמאן מיט פיל כשרונות, דער עולם האט אים זייער ליב, בפרט די בחורים. ווען עס קומט א מאמענט וואס עס הויבט אן שיינען אביסל מער, הרג'עט עס זיין טאטע. אויב האט ער אמאל געמאכט א ניגון, וואס איז אויסטערליש שיין, האט דער טאטע מחליט געווען דאס ארויפצולייגן אויף אנדערע ווערטער - אבי ס'זאל נישט שיינען ווי זיין ניגון וכו'... ער פארגינט אים פשוט נישט. ער האט זיך אפילו אריינגעמישט אין די גבאים פון זיין זוהן, ווער עס זאל יא אדער נישט זיין גבאי, אלעס געוואנדן אין זיין אייגענע כבוד און בעיקר, זיכער צו מאכן אז זיין זוהן שטייגט אים נישט באמת איבער...

אין די פרעמדע גאס האט מען דאס אנגעהויבן אביסל צו באמערקן, הערשט לעצטנס, ווען ער איז אויפגעקומען מיט די נייע שיטה הקדושה דהיינו שוואנצונעס. דארט האט ער געזאגט א דרשה, בעטנדיג אז מען זאל אים נישט רעקארדירן. צו די דרשה האט ער נישט געלאזט קומען יעדן איינעם, ער אליין האט געמאכט ליסטעס ווער עס מעג יא קומען און ווער עס מעג נישט קומען צו די דרשה. ביי די דאזיגע דרשה, וואס ער האט געקלערט אז עס ווערט נישט רעקארדירט, האט ער געלאזט פאלן קריטיק אויף זיין בן-יחיד, זיינע חסידים האבן דאס געהערט און דאס איז ארויסגעקומען פאר די גאס. הערנדיג די דרשה זעט מען קלאר די אומפארגינערישקייט, וואס ליגט אין אים, נישט קענענדיג דערטראגן די איבעריגע כבוד וואס זיין זוהן געניסט אין אמעריקע, און ער האלט אים דארט אין איין אריינפליקן.

אלס דוגמא דערויף קענט איר זען פון ספירה ציילן. אין וויליאמסבורג איז געווען איינגעפירט, אז יונגעלייט האבן געוואלט הערן ספירה פון ר' חיים מאיר און פלעגן קומען צו פארן פון וויליאמסבורג קיין בארא-פארק. נעם אין חשבון, יונגעלייט שפירן א התקשרות צום רבי'ן, און זייענדיג פונדערווייטנס קענען זיי נישט הערן דעם רבי'נס ספירה, ווילן זיי זיך מחזק זיין מיטן גיין צום זוהן, הערן זיין ספירה. אין דער באקאנטער רעקארדירונג איז ער ווילד דערויף און פארלאנגט אז דאס מוז זיך אויפהערן, און אז מען זאל נישט פארן מער אהין. פארטיג, אפגעהאקט! - פארוואס? - ער פארגינט אים נישט... ווי אזוי זאגט ער דארט אינעם רעקארדירונג? - "אנעם רבי'ן איז גארנישט דא, מיטן רבי'ן איז אלעס דא" - מען גייט מער נישט צו ר' חיים מאיר'ס ספירה - דער רבי לאזט נישט. געדענקט, ס'איז זיין איינציג קינד!

אין דעם זעלבן רעקארדירונג ברענגט ער ארויף קריטיק אויף זיין זוהן, מילדערהייט אבער קריטיק, און ער זאגט אים אן ברבים, אז טאמער ער האט א שאלה זאל ער נישט טון אויף זיין אייגענע האנט נאר פרעגן זיין טאטע'ן, און בלשונו: "דו האסט א הייליגן טאטע'ן און דו זאלסט אים פרעגן", דאן איז ער ממשיך, "צי איך בין הייליג צי נישט, ווייס איך נישט, אבער דו זאלסט אזוי האלטן..." - פון די ווערטער שרייעט ארויס זיין ווייטאג און אומפארגינערישקייט, ער וויל אז זיין זוהן זאל אים האלטן פאר הייליג און זיך רעכענען מיט יעדע שטות זיינער.

דאס אלעס וואס מיר שמועסן יעצט, איז בלויז א קליינער חלק פון דער אמת'ער פיקטשער וואס קומט דארט פאר, אבער מיר וועלן זיך באגיניגן דערמיט, לעת עתה.

אין די לעצטע חדשים גייט עס שוין אריבער די גרעניצן, ווען א גרופע יונגעלייט האבן זיך גענומען רודפ'ן ר' חיים מאיר אין נאמען פון שוואנצונעס, מיט די שטילע הסכמה און עידוד פון דעם רבי'ן אליין. די זאכן זענען מפורסם געווארן אין די גאס און קיינער לייקנט עס נישט. עס איז געגאנגען ביז אזוי ווייט, אז ר' חיים מאיר האט פארשטאנען וואס עס איז גוט פאר אים (נוסח-אחר, מען האט אים געמאכט פארשטיין...), ער האט אויפגעגעבן די שטענדער, בענקל און רבי'סטעווע, אין נאמען פון שוואנצונעס.

וכאן המקום להתבונן: האט איר שוין אמאל געהערט אזאנס? - אן איין איינציג קינד, א יורש עצר, האט נישט קיין רעכט צו האבן א שטענדער! - מ'רעדט אפילו נישט אין שטאט פון זיין טאטע, ער איז דאך אין אן אנדערן לאנד, ער איז זיין טאטע'ס פארטרעטער אין אמעריקע, כידא אריכתא דמי... יעדער ווייסט אז ווען א רבי האט א זוהן אין אן אנדערן לאנד, שפירן די חסידים פון יענע לאנד אינעם רבי'נס זוהן אלס שטיקל מנהיג זייערער, מען גיבט אים די ריכטיגע כבוד אלס דמות פונעם טאטע'ן, דאס זענען נארמאלע זאכן. ווער רעדט נאך ווען עס איז אן איינציג קינד, וואלט דער דרך הטבע געווען אז מען זאל אים נישט סתם מכבד זיין, נאר ממש ארויסהייבן זייער גרויס. מיר האט דערציילט אן אלטער חבר מיינער פון ישיבה, וואס האט אביסל קרבה'שאפט אין וויזניץ-וויליאמסבורג, זאגט ער מיר אז דעם רבי'נס בן-יחיד איז דארט ווי א פרינץ, מען איז אים אויסטערליש מכבד, מער פון א געווענליכער זוהן פון א רבי, און מסתמא איז דאס איבעראל וואו עס איז דא איין בן-יחיד. אבער אין מרכז ויז'ניץ איז אנדערש, דארט טאר מען נישט מכבד זיין, אפילו וויפיל עס איז מקובל פאר א קינד פון א רבי וואס איז נישט קיין בן-יחיד. פארוואס? - ווייל ער איז אביסל מער געלונגענער פונעם טאטען, און דערפאר וואס זיין טאטע פארגינט אים נישט, ער האט מורא אז ער וועט צי גרויס ווערן.

און דאס אלעס איז בלויז אויפן שפיץ גאפל, איך וויל נישט שרייבן מער...

איידער איך ענדיג, וויל איך דערמאנען, אז דער הייליגער רבי דארט, ציטערט שטארק פון שנת תשפ"ד לפ"ק - פרעגט אייך אליין נאך פארוואס. איך קען אייך נאר פאראויס שאצן, אז אין יאר תשפ"ג-תשפ"ד, גייט ער ווערן אויסטערליש ווילד און גייט טון נארישע זאכן.

ונזכה ונחיה ונראה.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר