גער

נייעס און פאסירונגען אין הויפן

גער

הודעהדורך חקרן » מאנטאג יולי 19, 2021 7:10 pm

אזוי ווי גור איז איז לעצטנס אויף די נייעס, בעיקר צוליב דער פילוג וואס האט זיך געמאכט דארט אינערהאלב, וויל איך עפענען די נושא איבער די היסטאריע פון זייערע רבי'ס. האמת אודה ולא איבוש, אז איך בין נישט גענצליך אויסגעקאכט אין דעם ענין, אבער טאקע דערפאר וואס איך וויל ווערן קלוגער דערין און הערן מער, וועל איך עפענען אביסל די נושא, אויף וויפיל איך ווייס, און דער עולם ווערט מכובד צוצולייגן, פארריכטן און צוגעבן, כפי ראות עיניהם.

סוף תקופת האמרי אמת:
דער אמרי אמת איז געפארן קיין ארץ-ישראל איידער דאס אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-קריג. טראצדעם וואס אין פוילין איז ער געווען זייער אן אקטיווער רבי, און איינגעפירט פיל שינויים צווישן חסידי גור, איז ער געווען אין ארץ-ישראל אויף אן אנדערע מצב, און דארט האט ער כמעט גארנישט געטון. ס'לאזט זיך זאגן אויף יענע תקופה אז ער איז געווען אונטער א שטיקל דיפרעסיע.

תקופת הבית ישראל:
ווען דער אמרי אמת איז נסתלק געווארן, האט ער איבערגעלאזט דריי קינדער. 1. דער בית-ישראל, וועלכער איז באטראכט געווארן ווי א שארפער און א ווילדער מענטש. 2. דער לב שמחה, וואס איז געווען מער בעל-בתי'ש און מעסיג. דער פני מנחם, וואס איז געווען פון א דריטע רביצין. ער איז דעמאלס נישט באטראכט געווארן אלס מעמד איבערצונעמען דעם טאטע'ן, צוליב זיין שטאנד אין די משפחה.

דער ציבור האט ענדערש געוואלט אז דער לב שמחה זאל איבערנעמען. טראצדעם וואס ער איז געווען דער צווייטער זוהן, איז ער געווען מער א סטאבילער מענטש, רואיגער און געלאסענער. אויך האט ער געהאט א משפחה מיט קינדער, בשעת דער בית-ישראל האט קיין קינדער נישט געהאט. זיין בן יחיד "יענקל בונמ'ס", וואו מען האט אים גערופן, איז געווען א שטילער פארמאכטער מענטש, און איז געזעצן און געלערנט. מען האט געוואוסט אז אויב דער לב שמחה וועט איבערנעמען, איז דא א המשכה וואס איז ראוי לאותו איצטלא, אן איידעלער יונגערמאן וואס מישט זיך נישט אין פאליטיק און זיצט אין בית-המדרש. דער לב שמחה פון זיין זייט, האט דווקא נישט געוואלט איבערנעמען די הנהגה, ער האט געוואלט אז זיין ברודער זאל ווערן רבי. דער לב שמחה איז אלע זיינע יארן געווען א סוחר וואס האט עוסק געווען אין מסחר, און האט שטארק מצליח געווען. ער האט נישט געוואלט איבערנעמען קיין רבי'סטעווע און געוואלט ווייטער לעבן אויף דעם וועג ווי אזוי ער האט געלעבט ביז דעמאלס.

זעהענדיג אז דער עולם נויגט צו אים, האט דער לב שמחה זיך אויפגעהויבן און אוועקגעפארן מיט די גאנצע משפחה פון ארץ-ישראל, כדאי עס זאל נישט זיין קיין ברירה און מען זאל מוזן נעמען דעם בית ישראל אלס רבי. דער לב שמחה האט זיך אויפגעהאלטן אין אנטווערפן און אין אמעריקע. דער סאטמאר רב האט אים פארבעטן אז ער זאל עפענען א רבי'סטעווע אין אמעריקע, און מקרב זיין די פוילישע אידן צו אידישקייט, פונקט ווי דער באבוב'ער רב האט געטון מיט די גאליציאנער אידן, וואס דורכדעם האט ער געראטעוועט טויזנטע אידן פון התבוללות און זיי פארוואנדלט און טייערע חסידי'שע יונגעלייט, ראטעווענדיג זיי מיט זייערע דורות אחריהם. דער סאטמאר רב האט געוואלט אז דער לב שמחה זאל טון פונקט די זעלבע מיט די פוילישע אידן, וואס האבן זיך ארומגעדרייט לרוב אין אמעריקע, און ליידער איז פארפאלן געווארן פון זיי פיל וואס וואלטן געקענט זיין גדולים וטובים.

איין און א האלב יאר איז דער לב שמחה געווען אין חוץ לארץ. אינצווישן האט דער בית ישראל איבערגענומען גור. דער עולם איז פון אנהויב געווען סקעפטיש און זיינע יכולת ההנהגה, מען האט געשמועסט אז גור האט באקומען זייער א שארפע רבי. אבער מיט די צייט האט זיך ארויסגעשטעלט זיינע כשרונות, ער האט אוועקגעשטעלט פייערדיגע הייליגע יונגעלייט, אויפן אלטן קאצקער שטייגער. דער עולם איז געווארן שטארק מקושר מיט אים, און ביז היינט ווערט ער באטראכט אין גור אלס "דער רבי" פון נאכן קריג.

במשך תקופת כהונתו של הבית ישראל, איז דער ברודער דער לב שמחה פארבליבן דער זעלבער סוחר אזוי ווי אמאל, בשעת דער אנדערער ברודער דער פני מנחם, איז געווארן ראש ישיבת שפת אמת, און עוסק געווען מיט בחורים. דא איז געווארן די שאלה, ווער עס גייט איבערנעמען גור נאך די פטירה פון דער בית-ישראל. דער אמת איז, אז בשעת תקופת חייו האט מען ניטאמאל געקלערט פון דעם. דער עולם איז געווען אזוי צוגעבינדן צום רבי'ן, אז מען האט נישט געטראכט פון אזא מעגליכקייט וואס עס וועט זיין נאכדעם.

תקופת הלב שמחה:
ווען דער טאג איז אנגעקומען, נאך די פטירה פון דער בית ישראל, איז געווארן די ברענעדיגע שאלה, ווער גייט איבערנעמען די גערע רביסטעווע.

פונעם לב שמחה, אלס אים אליין אויס, איז נישט געווען ממש קיין רעדע. דער עולם איז נישט געווען אזוי אנטיזואסטיש אז ער זאל איבערנעמען. מען האט נאר געקלערט אויף אביסל שפעטער. דער לב שמחה איז געווען א סוחר און איז שוין געווען אויף זיינע עלטערע יארן, מען האט דעמאלס נישט גע'חלומ'ט אז ער וועט נאך אנהאלטן גאנצע פופצן יאר.

די שאלה איז געווען מער, צווישן דער ראש-ישיבה (פני מנחם) און ר' יענקל (זוהן פון לב שמחה), אבער כדאי צוצוקומען צו ר' יענקל, האט מען געמוזט קודם אויפנעמען דעם לב שמחה, אז נאך אפאר יאר זאל עס ר' יענקל איבערנעמען. ס'איז נישט שייך געווען אויסצולאזן ר' בונם. דאס איז געווען דער בליק בימים ההם.

למעשה האט מען בוחר געווען, און געמאכט דעם לב שמחה אלס רבי. דאס האט געמיינט אין אנדערע ווערטער, אז מען האט בוחר געווען ר' יענקל אלס רבי, ענדערש ווי דער פני מנחם, קלערנדיג אז דער לב שמחה וועט נישט אנציען אזויפיל יארן און ר' יענקל וועט עס עווענטואל איבערנעמען. ר' יענקל איז דעמאלס באטראכט געווארן אלס צדיק'ל, ער איז נישט געווען געמישט אין פאליטיק, ער איז געזעצן אין רש"י שטיבל און געלערנט, און דער עולם האט אויף אים ארויפגעקוקט.

דאס האט זיך אבער געטוישט בתקופת הלב שמחה. דער לב שמחה אלס רבי האט זיך פיל געזארגט אויף די גשמיות פונעם עולם, ער האט מסדר געווען די נייע ישובים אין חצור און אנדערע פלעצער, אסאך האט ער געטון פארן ציבור בגשמיות. ווידער איבער די הדרכות און תקנות פון בית-ישראל, האט ער נישט באמת מיטגעהאלטן, און שטילערהייט האט מען געשמועסט אז ער לאכט פון דעם אלעמען.

נאך עטליכע יאר פון הנהגה איז דער לב שמחה קראנק געווארן און כמעט נישט ארויסגעקומען מער צום ציבור. דעמאלס האט זיך אונטערן טיש פארמירט צוויי הנהגות כידוע. עס איז געווען דער ראש-ישיבה, דער פני מנחם, וואס האט כל ימיו שטארק געשטיצט זיין ברודער, און איז געווען נכנע אונטער אים כעבדא קמא מרא, אים געדינט ווי א געטרייער זעלנער, שלא על מנת לקבל פרס. אויך יעצט אין די קראנקע יארן, האט ער געטון וואס ער האט געקענט אנצוהאלטן די הנהגה, און איז געווען דער מביא ונכנס פונעם רבי'ן צום ציבור.

פון דער אנדערע זייט אין בני ברק, איז געווען ר' יענקל, וואס ער האט געפירט די פאליטיק פון זיין טאטע, אין אגודת ישראל און אנדערע, ער האט געמאכט די שווערע באשלוסן און אנגעפירט מיט פארשידענע אקטיוויטעטן.

במשך יענע יארן איז דער ציבור געווארן שטארק אנגעווייטאגט אויף ר' יענקל, האבנדיג געמאכט שווערע טעותים, באווייזנדיג זיך צו צוקריגן מיט פארשידענע וויכטיגע מענטשן. די חסידים האבן דעמאלס אנגעהויבן איינצוזען, אז עס איז דא א צווייטער זייט צום צדיק'ל ר' יעקב, און ער איז נישט קיין טלית שכולו תכלת. מענטשן האבן זיך ארומגעדרייט מיט שווערע טענות קעגן אים.

עס איז איראניש צו באמערקן ווי אזוי זאכן האבן זיך געטוישט. בשעת אמאל האט מען גענומען דעם לב שמחה אלס רבי, נאר לכבוד ר' יענקל, וואס דער ציבור האט געהאט א הערכה צו אים, האט זיך עס יעצט אויסגעדרייט, און דער פני מנחם האט באקומען שטארקע מאמענטום, נאר בלויז צוליב ר' יענקל. די דאזיגע יארן האט שטארק שאדן געמאכט פאר ר' יענקל אין זיין פערזענליכקייט.

למען האמת, עס איז געווען נאך א שיקול הדעת אויף וואס דער עולם האט געקוקט. דאס איז געווען די קינדער פון די צוויי פערזענליכקייטן. מען האלט שוין יעצט א דור שפעטער, און מען קען זיך שוין ערלויבן צו קוקן אויף די קינדער. בשעת דער פני מנחם האט באוויזן אוועקצושטעלן קינדער לייבן, תלמידי חכמים און מרביצי תורה, האט ר' יענקל נישט געהאט אזעלכע געלונגענע קינדער. מענטשן האבן דאס באמערקט און מען האט אנגעהויבן צו ווערן קעלטער צו ר' יענקל.

עם-כל-זה, האט ר' יענקל אנגעפירט מיט א פאליטיק, ער האט געהאט געשוואוירענע מענטשן וואס האבן געטון פאר אים אלעס. מען האט געשמועסט אז ר' יענקל פארמאגט אין זיך מער די כח הנהגה ווי דער פני מנחם, און אנדערע האבן געהאלטן אז ער איז מער ראוי לאותו איצטלא.

תקופת הפני מנחם:
אויך די צייט פון דער לב שמחה איז געקומען, און חסידי גור האבן געדארפט באשלוסן ווער עס גייט זיין דער קומענדיגער מנהיג און רבי. די שאלה איז געווען כמובן צווישן דער פני מנחם און ר' יענקל. עס האט זיך שטארק געקאכט הונטער די קוליסן במשך די צייט פון די שבעה. עס האט דעמאלס אויסגעקוקט מער אז ר' יענקל וועט עס איבערנעמען. עס איז אויך געווען שמועות איבער א מימרא פון דער אמרי אמת, אז אלע זיינע קינדער וועלן זיין רבי'ס.

מען דערציילט, אז דער לב שמחה האט איבערגעלאזט א צוואה בעל פה, וואו ער האט פארלאנגט אז זיין ברודער דער פני מנחם זאל ווערן רבי אין ירושלים, בשעת ר' יענקל זאל ווערן רבי אין בני ברק. אויב וואלט דער צוואה צושטאנד געקומען, וואלט עס געמיינט אז דער פני מנחם וואלט איבערגענומען דעם גרעסערן חלק פון גור, און נאך אים וואלטן דאס זיינע קינדער געהאט, בשעת ר' יענקל וואלט געהאט דעם קלענערן חלק, און נאך אים וואלטן דאס זיינע קינדער איבערגענומען.

אינמיטן די שבעה איז מען געקומען זאגן פאר ר' יענקל'ן, אז עס איז דא אזא צוואה פון זיין טאטע, האט ער זיך אנגערופן, "דא וועט נישט זיין קיין צווייטע סלונים" - אין אנדערע ווערטער, אז ער איז נישט מסכים אז גור זאל צוטיילט ווערן אין צוויי.

נאך פארהאנדלונגען פון ביידע זייטן, איז געבליבן אז דער פני מנחם איז געווארן רבי. מען דערציילט אז די צוויי האבן געשמועסט אין צימער איבער דער נושא, בשעת די חסידים האבן געווארט אינדרויסן, ווען מיטאמאל איז ר' יענקל ארויסגעקומען און געזאגט אז "דער רבי גייט באלד ארויסקומען", דעמאלס האט מען געוואוסט וואס די הכרעה איז געבליבן.

עס דארף באטאנט ווערן, אז דאס איז געווען א שטארקע הקרבה פון ר' יענקל. קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז דער פני מנחם וועט נישט מאריך ימים זיין אויפן בענקל. ער וואלט נאך היינט געקענט לעבן און דאן וואלט ר' יענקל גענצליך באזייטיגט געווארן פון די הנהגה, צוביסלעך אבער גאנץ זיכער. ר' יענקל האט דאס געוואוסט, אבער ער איז נישט געווען גרייט צו צעטיילן גור און ער האט געהאלטן אז אזוי איז ריכטיג.

חסידים דערציילן אז מען האט שפעטער געטראפן א געשריבענע צוואה, וואו דער לב שמחה גיבט אלעס איבער פאר זיין זוהן ר' יענקל. אבער ר' יענקל האט גענומען די צוואה און דאס מבער געווען, נישט וועלנדיג אז דאס זאל ארויסקומען בשעת דער פני מנחם איז שוין געווען רבי. דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז הגם ער וואלט זיך געמאלס געקענט שטעלן פאכענדיג מיט א פעסטע צוואה, האט ער געשלינגען פאר שלום און כבוד גור און דאס מבער געווען. זיינע מתנגדים לייקענען עס און זאגן אז דאס איז קיינמאל נישט געשען.

געציילטע יאר איז דער פני מנחם געזעצן אויפן בענקל, בשעת די פאר יאר האט ער באוויזן איינצונעמען גור אויף א שטארקן אופן חוץ לדרך הטבע. די מענטשן וואס זענען געווען אין יענע יארן אין גור, הערן נישט אויף צו רעדן פון יענע תקופה, מיט א געוואלדיגע בענקשאפט און געגועים. ער האט איינגענומען דעם גאנצן עולם.

אין דער זעלבער צייט האט ר' יענקל ווייטער געפירט זיין קרעמל אין בני-ברק, פונקט ווי פריער, האבנדיג זיינע מענטשן.

תקופת הרבי שליט"א:
דער פני מנחם איז נפטר געווארן פלוצלינג, צום גרויס שאק פון די גאנצע וועלט בכלל און חסידי גור בפרט. זיין לעצטע תורה איז געווען א נאכט פריער, אום פורים, וואו ער האט ארומגערעדט איבער מחיית עמלק, און האט זיך אנגערופן "שאול מרחם על אכזריים, בסופו מתאכזר על רחמנים" (סתם אן אינטערעסאנטע אנקעדאט...). אינדערפרי איז ער נישט אויפגעשטאנען, למגינת לב חסידיו וכל העולם כולו.

איבערגענומען האט נאטורליך ר' יענקל. עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט אז דאס איז געווען בלויז דערפאר וואס דער פני מנחם איז קוים געווען רבי אפאר יאר. אויב וואלט ער מאריך ימים געווען נאך א צען יאר, וואלט ר' יענקל קיינמאל נישט געהאט דעם בענקל, און ר' שאול וואלט דאס גאנץ זיכער באקומען. למעשה איז ר' יענקל געווארן רבי.

יעדער איינער ווייסט צו זאגן, אז ביז אין דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט, האט רוב גור פיינט געהאט זייער רבי. מען האט געקענט רעדן אויף אים אפן אין שטיבל, עס איז נישט געווען קיין סוד. לעצטנס, לכבוד די מחלוקת, איז דאס געווארן פון איין זייט אסור בתכלית האיסור, פון די אנדערע זייט פרעגלט מען אריין קדושה, העכערקייט אינעם רבי'ן, א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען אין גור, מען זאל פרעגלען הייליגקייט אינעם רבי'ן, ער זעט שוין מלאכים און איז זאגאר משיח אליינס.

תקופת שאול:
דעם שטיקל קענט איר אליינס אריינפילן.

דאס איז אלעס געשריבן אויבן-אויף. דער ציבור ווערט געבעטן צו קאמענטירן, צוצולייגן און מתקן זיין כפי ראות עינם.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1023 מאל

הודעהדורך טיכטיגער » מאנטאג יולי 19, 2021 7:26 pm

א גרויסן דאנק. זייער שיין.
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

הודעהדורך נחמד » מאנטאג יולי 19, 2021 7:44 pm

זייער שיין יש''כ. און דאס איז שוין זייענדיג נישט גענצליך אויסגעקאכט אין דעם ענין...
נחמד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 07, 2021 6:49 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך תרמב » מאנטאג יולי 19, 2021 10:27 pm

הערליך שיין צונומען די היסטאריע, אפשר מאכסטו אזאנס איבער אלע דינאסטיעס?
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מאנטאג יולי 19, 2021 10:41 pm

זייער שיין!

ס'פעלט אפאר קלייניקייטן.

נאך די שבעה פון לב שמחה האט ר' יענקל זיך נישט געטראפן מיטן פני מנחם, נאר ביידע האבן מוותר געווען פארן צווייטן. שפעטער האבן ביידע אנגענומען צו ווערן רבי, נישט וואוסנדיג אז דער אנדערער האט שוין באשלאסן... למעשה האט ר' יענקל מוותר געווען.

אבער ר' יענקל האט פארלאנגט אז די קינדער פון פני מנחם טארן נישט באקומען פאזיציעס! דער פני מנחם האט עס פארלעצט מיטן אריינשטעלן ר' שאול אלס ראש ישיבת שפת אמת...

האסט אויך פארפאסט די צוואה פונעם אמרי אמת אז זיין ברודער ר' משה בצלאל הי"ד זאל איבערנעמען.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 964
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 19, 2021 10:47 pm

אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט אז דער עולם האט פיינט (געהאט) דעם היינטיגן רבין ווייל כ׳האב געהערט נאכזאגן בשם א חשובער גורער חסיד אז דעם בית ישראל בשעתו האט מען אויך פיינט געהאט. אויך האב איך געהערט אז דער בית ישראל האט געזאגט פאר איינעם (א באקאנטער פיגור וואס כ׳האב פארגעסן זיין נאמען, אויב איינער ווייסט פון וואס איך רעד זאל ער זיך ביטע אנרופן) אז ער נעמט פסיכיאטרישע מעדיצינען. ווי אויך האב איך געהערט אז נאך אין אייראפע האט ער געהייסן דעם רבינ׳ס משוגענער זוהן, ס׳איז אינטערעסאנט צו וואוסן וויפיל אמת ס׳ליגט דערין ווייל איך האב אלץ געמיינט אז ער איז געווארן אזוי פונעם קריג (אזויווי ס׳געשעהן מיט בריסקער רב).
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4668
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4254 מאל

הודעהדורך מורינו ורבנו » דינסטאג יולי 20, 2021 11:53 am

איך האב געליינט דעם אשכול און הנאה געהאט.

א שאד אז איר זענט נישט אריין אין די דרכי העבודה פון די אלע צדיקים, וואס זייער עיקר איז געווען און ווי אזוי זיי האבן מחנך געווען זייער עולם.
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך תרמב » דינסטאג יולי 20, 2021 12:13 pm

דאס האט מען איבערגעלאזט פאר אייך מסביר צו זיין, צו דעם דארפט איר בעסער פארשטיין בעסער ווי אונז פשוטע מענטשן.
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

Re: גער

הודעהדורך אמת וצדק » דינסטאג יולי 20, 2021 1:53 pm

חקרן האט געשריבן:דער אמרי אמת איז געפארן קיין ארץ-ישראל איידער דאס אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-קריג.

חקרן, די אמרי אמת איז ארויף קיין א״י ערשט אינמיטען די מלחמה, מען האט אים ארויסגעשווערצט פונעם ווארשע געטא.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דינסטאג יולי 20, 2021 2:21 pm

ער רעדט מסתמא פון די תרצ"ג באזוך.

ער האט דעמאלטס מייסד געווען די ישיבה, וואס האט עווענטועל געראטעוועט צענדליגער צי הונדערטער חסידי גור. נאר אזוי האט ענגלאנד זיי דורכגעלאזט, און נאר אדאנק דעם איז געגליבן פון גור אזויפיל אידן, קעגן אנדערע ריזיגע פוילישע חסידות'ן.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 964
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל

Re: גער

הודעהדורך אמת וצדק » דינסטאג יולי 20, 2021 2:52 pm

פון חקרן קוקט אויס ווי ער רעדט פון ווען די אמרי אמת האט זיך דארט באזעצט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יולי 20, 2021 9:08 pm

חקרן: ייש"כ. איך האב גארנישט צו צולייגן צו דיינע ווערטער. אדערוויילע. (כלשון ידידנו היקר ..."דוראק"... שליט"א.).

איך האב שוין לאנג געזוכט וואו איך קען באקומען אזא היקפ'דיגע ידיעה איבער די צדיקים לבית גור. און אט האסטו (בעז"ה) פארפולט דעם פארלאנג.

איך קוק ארויס אויך אויף ווייטער צו הערן דיינע דברי חכמים. און אויך פון אנדערע מגיבים און שרייבערס דא אויף קאווע שטיבל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9901 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יולי 20, 2021 9:17 pm

מפיל קינד האט געשריבן:זייער שיין!

ס'פעלט אפאר קלייניקייטן.

נאך די שבעה פון לב שמחה האט ר' יענקל זיך נישט געטראפן מיטן פני מנחם, נאר ביידע האבן מוותר געווען פארן צווייטן. שפעטער האבן ביידע אנגענומען צו ווערן רבי, נישט וואוסנדיג אז דער אנדערער האט שוין באשלאסן... למעשה האט ר' יענקל מוותר געווען.

אבער ר' יענקל האט פארלאנגט אז די קינדער פון פני מנחם טארן נישט באקומען פאזיציעס! דער פני מנחם האט עס פארלעצט מיטן אריינשטעלן ר' שאול אלס ראש ישיבת שפת אמת...

האסט אויך פארפאסט די צוואה פונעם אמרי אמת אז זיין ברודער ר' משה בצלאל הי"ד זאל איבערנעמען.

מפיל קינד: איך האב נישט געוואוסט פון דעם אז איינס פון די תנאים איז געווען אז די קינדער פונ'ם פני מנחם טארן נישט באקומען קיין שום אפיציעלע פאזיציעס.

דאס ווארפט אינגאנצן אנ'אנדער ליכט איבער די (פייער'דיגע) מחלוקת וועלכע פלאקערט איצט אין חסידות גור.

איך האב פערזענליך נישט געוואלט נעמען קיין שטעלונג אין די מחלוקת. ווייל אנקוקנדיג דעם מצב אלס א דרויסנ'דיגער האביך געהאלטן אז ר' שאול שליט"א איז נישט באגאנגען קיין שום עוולה מיט פאראויסרוקן זיינע פערזענליכע אדמו"ר'ישע אינטערעסן. משא"כ אויב ס'איז געווען א צוואה. האט ער דאך געבראכן די פארלאנג פון די צוואה. און דאס אליינס איז שוין געווען א שטארקער גורם פאר מחלוקת. וואס ער וואלט (און האט זיכער) געדארפט נעמען אין באטראכט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9901 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דינסטאג יולי 20, 2021 9:36 pm

זאגסט א נקודה, אבער נישט ממש. די גאנצע צוואה איז נישט קראנט, נאר שמועות.

והשנית, ר' יענקל האט געוואוסט אז דער פני מנחם וואלט געהאט אן אייגענעם נאכפאלגערשאפט, ענליך ווי ר' שאול יעצט, נאר אסאך גרעסער. ס'וואלט שטארק געשאדט פאר ר' יענקל צו האלטן זיין חסידות מיט אזא קאנקורענט.

אויך איז ר' יענקל געווען גאר ווייניג פאפולער אין גור. ער האט געהייסן א גרויסער תמים און דער אינגערער עולם האט אסאך מער געגליכן דעם פני מנחם. ר' יענקל איז טאקע נישט קיין חכם עתיק, אבער אזויפיל האט ער געקענט שמעקן אז ער איז נישט פאפולער...

דאס אויפנעמען ר' שאול אלס ראש ישיבה איז ווידער געווען א פאפולערער שריט, און מה"ט האט ר' יענקל שפעטער אויפגעהערט לערנען עיון. די ווילדע שריט פון ר' יענקל האט נערוועז געמאכט אסאך גערער חסידים, אבער ס'איז נישט געווען וואו צו גיין.

למעשה ביז היינט האט ער זיך אן עצה געגעבן צו מאכן דעם עולם פאר חסידים, אבער ער טוט נאכאלץ ווילדע נארישע זאכן וואס קאסט אים יעדעס מאל אפאר חסידים. ער איז נישט קיין לאגישער דורכגעטראכטער מענטש.

ווען ר' שאול וואלט היינט געהאט דאס געלט צו עפענען מוסדות אין אלע 8 גערע שטעט, (ירושלים, בני ברק, ערד, אשדוד, חצור, ק"ג, עמנועל, ועוד) וואלט ער גענומען פון גער ריזיגע שטיקער. ער קען זיך דאס נישט עפארדן, האט ער נאר א חדר אין ירושלים, און א קבוצה חסידים דארט.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 964
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך יולי 21, 2021 11:20 am

ר' שאול האט אסאך מער ווי חדר און א קבוצה, געב עס אפאר חדשים, עס גייען זיך יאווענען פני מנחם שטיבלעך און די צענדליגערס, בד"א עס עפענט זיך צום נייעם זמן א ישיבה קטנה אין בארא פארק בנשיאות ר' שאול.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1147
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1203 מאל

הודעהדורך mevakesh » מיטוואך יולי 21, 2021 12:04 pm

איך בין זייער סימפאטיש צו רבי שאול און איך האלט אז גור האנדעלט זייער נאריש מיט איהם
אבער די אלע וואס זאגן אז ער וואקסט איז אבי גערעדט
ער האט זיך אפגעטיילט כמעט צוויי יאר צוריק און ער האט קוים אפאר הונדערט מענטשן ווען גור באשטייט היינט פון איבער 10000 משפחות און א חלק פון זיינע שטיצער זענען שוין געווען האלב ארויס פון גור פארדעם א שטייגער ווי רבי מענדל שאפראן
עס איז קוים ווי מכנובקא vs בלז
פארשטייט זיך אז א גרויס חלק איז צו פארדאנקען די גערער טעראריזם אבער מציאות איז אז ער האט למעשה נאר גענומען א גאר קליינע עולם
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 966
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 908 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך יולי 21, 2021 12:11 pm

ווי אלט זענען די שפילערס דא?

ר' יענקעל,
ר' שאול
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1972 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מיטוואך יולי 21, 2021 12:16 pm

מבקש, ערשטנס, ווי געזאגט האט ער נישט קיין מוסדות אין אלע שטעט. ווען ער קען זיך ערלויבן מוסדות אין אלע שטעט וועלן מענטשן נישט מורא האבן צו גיין עמטליך צו אים.

נאר אין ירושלים האט ער מוסדות, ממילא דארט האט מען נישט אזוי מורא, כאטש יעדער וואס פארלאזט גער ליידט ביטערע רדיפות און ברוטאלע טעראר. ס'מיינט פארלירן דזשאבס, מענטשן שפייען דיר אין פנים, שטעכן רעדער, נישט קומען צו שמחות, דו פארלירסט דיין לעבן.

אין בארא פארק צום ביישפיל איז עס צוטיילט האלב אויף האלב. ר' שאול'ס חסידים שיקן אין יגדיל תורה וואס שטייט בערך אייניג מיט די צאל קינדער ווי אמרי אמת, אבער ציטערן יעדן טאג אז די מיידלעך וועלן פליען פון די גערע מיידל סקול.

איך גלייב אז ר' שאול קען האבן שווערע טויזנטער אידן, נאר מיטן האבן מוסדות אין מער שטעט. איך וואלט אים געראטן צו בויען א ישוב אין א ביליגע שטאט, און אסאך וועלן זיך אהינציען מיט א רואיגקייט. יענקל ליצמאן איז מער נישט שר הבינוי והשיכון און ס'קען אים אנקומען לייכטער יעצט.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 964
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך יולי 21, 2021 1:42 pm

mevakesh האט געשריבן:איך בין זייער סימפאטיש צו רבי שאול און איך האלט אז גור האנדעלט זייער נאריש מיט איהם
אבער די אלע וואס זאגן אז ער וואקסט איז אבי גערעדט
ער האט זיך אפגעטיילט כמעט צוויי יאר צוריק און ער האט קוים אפאר הונדערט מענטשן ווען גור באשטייט היינט פון איבער 10000 משפחות און א חלק פון זיינע שטיצער זענען שוין געווען האלב ארויס פון גור פארדעם א שטייגער ווי רבי מענדל שאפראן
עס איז קוים ווי מכנובקא vs בלז
פארשטייט זיך אז א גרויס חלק איז צו פארדאנקען די גערער טעראריזם אבער מציאות איז אז ער האט למעשה נאר גענומען א גאר קליינע עולם


צו קענען פאראויסזאגן ווי אזוי עפעס וועט זיך ענדיגען איז נישט שייך צו מעסטן נאר בכמות, און אודאי איז איכות א געהעריגע פאקטאר צו מאכן א דזשאדזשמענט. די כוונה איז, אז מעסטן מיט די יעצטיגע סכום משפחות, איז א קורצע בליק. אויפ'ן רגע איז שווער צו זאגן אז די פאר הונדערט משפחות איז די מאקסימום וואס ער קען באקומען, און דורך דעם קובע זיין די שוואכקייט.

ווען באבוב 45 איז געגרינדעט געווארן ביי לויה פון ר' נפתלי'טשע זצ"ל, האט עס אויסגעזעהן, עכ"פ פאר די גאס, ווי א גרויסע טעות. די מציאות האט זיך אויסגעשטעלט אנדערש, און וואך נאך וואך איז באבוב 45 געוואקסן, ביז זיי זענען געווארן equal player אין די באבוב'ער טיילונג. די סיבה איז, ווייל טאמער די underdog איז אן ערענסטער מנהיג וכדו', אויב מ'וועט עהם אינטערדריקען וועט ער וואַקסן נאך שנעלער ווי פון פאראויס געזעהן. יעצט רעכען אריין אז ר' מ"ד'ס קהילה איז געשאפן געווארן בין החומות בשעת די פטירה, האט עס געגעבן די געלעגנהייט פאר מענטשן צו גיין ווי זיי ווילען.

דא ביי ר' שאול דארף מען באטראכטן די אלע דריי נקודות. ערשטענס, ר' שאול איז א גברא רבה וואס איז זייער שטארק געשעצט, ממילא איז דאס אן ערענסטע קהילה מיט אן ערענסטע מנהיג, האסטו יעצט איין נקודה באיכות וואס קען ברענגען שטארקע הצלחה. צווייטענס, דאס וואס מ'דריקט זיי אונטער וועט זיין נאך א סיבה אויף הצלחה אין די עתיד, כידוע, אז צווינגען ארבייט נישט. נאר אין גור איז מען נאך נישט מלומדים בטכסיסי מלחמה אזוי ווי סאטמאר, וויזניץ, תו"א-תוא"י, וכו', וואס האבן זיך פיין געלערנט אז מיט כפייה פארדינט נאר דער נרדף. דריטענס, און גור איז נאך נישט געווען קיין ליידיגע מינוט אין מנהיגות וואס זאל געבען די געלעגנהייט פאר באהאלטענע ר' שאול'ס חסידים אריבער צו גיין צו ר"ש אזוי ווי אין באבוב, ממילא איז נאך שייך צו האפן ריאליסטיש אז ס'קומט צו גיין נאך אסאך משפחות. עכ"פ ס'דא גענוג סיבות צו געבען פלאץ אז ס'שטעלט זיך נישט דא אפ, אפי' אז בכמות ביזדערווייל קומט עס ניטאמאל אן צו די עסטעבלישמענט, דאך איז די חשבונות באיכות א שטארקע נקודה צו מצליח זיין מער ווי ס'זעט אויס בכמות.

וואס די ביסט מדמה צו בעלזא מאכניווקא קען גאר זיין פארקערט. כ'ווייס נישט צו איר זענט פונ'ם בעלזער חדר, אבער ר' שאול איז נישט מאכניווקא, ער איז אסאך גרעסערע צד באיכות סיי ווי מאכניווקא און סיי בעלזא גופא, נאך דערצו וואס בעלזא איז אסאך חניאקישע hype, וואס מ'קען ניטאמאל מסביר זיין פאר א פרעמדען. למשל, די מושג פון "כבוד בית בעלזא" קומט נישט צו צו "כבוד התורה" אין גור. אפי' אז מ'זאל זאגען אז כעת איז די כמות ווייניגער ווי מאכניווקא, דא איז גאר אן אנדער שפיל מיט העכערע players ווי בעלזע-מאכניווקא. מיט אזא איכות איז דא אסאך צו ערווארטן ווען די גרעניצען וועלען זיך עפענען.

מיט ר' שאול קען מען נישט שיסן אזא מין "הני כלבין דחציפין" ווי ס'געווען אין בעלזא, דא וועט אזא מין צוגאנג נישט ווערען פארשוויגן, אין דאס קען נאך ווערן די אָנהייב פונעם סוף פון די עסטעבלישמענט, בפרט אז ר' שאול האט נאך נישט געהאט קיין געהעריגע געלעגנהייט זיך צו בויען און לייגען יסודות פאר infastructure ביז די יעצטיגע גרויסע געלט קאמפיין.

עתיד הקב"ה להנחיל לכל צדיק וצדיק ש"י עולמות, ולא יצטרכו עמך "בית ישראל" זה לזה...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2622
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3693 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3458 מאל

הודעהדורך חקרן » מיטוואך יולי 21, 2021 2:39 pm

פון די אנדערע זייט, זענען די פלעיערס אין גור אלטע קאקערס וואס קענען מארגן שטארבן, משא"כ אין בעלזא זענען זיי געווען יונגעלייט אין פולן שוואונג.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1023 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך יולי 21, 2021 3:03 pm

חקרן האט געשריבן:פון די אנדערע זייט, זענען די פלעיערס אין גור אלטע קאקערס וואס קענען מארגן שטארבן, משא"כ אין בעלזא זענען זיי געווען יונגעלייט אין פולן שוואונג.


אזוי גאר.

נקוט כלל זה בידך. אונטער א יעדע חידוש פון א movement באיזה מקום שהוא, איז דורך יונגע מענטשען, בנש"ק, עסקנים וכו' אויב די רבי'ס זענען עלטער, דאס מיינט מחלוקת לש"ש סופה להתקיים...

לעצם הענין האסטע רעכט, ווייל היסטאריע ביי אזעלכע ענינים האט געוויזן אז מ'קען נישט אויסרעכענען די יארן פון א מענטש, ממילא וכו' וכו'
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2622
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3693 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3458 מאל


גיי צוריק בחצרות הקודש

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט