בלאט 1 פון 1

באשולדיגונג אז גער האט געקידנעפט 2 קינדער פון חסידי רבי שאול

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 2:59 pm
דורך אבשלום בן מעכה
א חקירה איז פארגעקומען ביי די פאליציי אין ירושלים, איבער א פערצן יעריגע מיידל וואס איז נעלם געווארן פונדערהיים, און ווידאו קעמערעס האבן געוויזן אז זי האט זיך געפינען אין שטוב פון די גורע רביצין, און איז געזען געווארן אין די באגלייטונג פון די רביצין.

ווען זי האט באקומען אן איינלאדענונג צו א חקירה, האט זי זיך זייער דערשראקן. שפעטער אין טאג האט מען געהערט אז די רביצין איז צוזאמענגעפאלן און אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל. דער גערער רבי איז ארויסגעגאנגען אויף א תפילה באהל אדמורי בית גור אין ירושלים, פון דארט איז ער געפארן אין שפיטאל, מבקר חולה זיין די רביצין.

מאנכע טענה'ען אז עס איז א שפיל, צו געראטעוועט ווערן פון די חקירה.

איך נעם זעכצן אין א האלב דיסקלעימערס (אזוי ווי דער יעניגער וואס פארמאגט א זעקל פון דיסקלעימערס, און האלט אין איין טיילן דערפון...)