נייע שערוריה איבער עופות

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
אהוב את האמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

נייע שערוריה איבער עופות

שליחה דורך אהוב את האמת »

ק/פ
כי עוף השמים יוליך את הקול

א שערוריה גייט פאר מיט התאחדות פלייש וואס ווערט געשח'טן אין בירדסבארא שחט הויז אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים און אויך דייני בני יואל, די לעצטע צען וואכן ווערט דארט געשחטן נייע סארט עופות וואס איז נישט דער געווענליכער טשיקען וואס מ'שחט איבעראל, און אויך נישט דער תרנגול לעגהארן וואס געוויסע האבן לעצטנס פארקויפן, דער עוף איז נישט באקאנט געווען פאר די שוחטים און עס רידערט זיך איבער דעם דערווייל נאר ביי רבנים און כשרות ארגאנאציעס וואס לאזן דאס נישט נוצן, דער פלייש ווערט נאר פארקויפט אין די בינגא געשעפטן און אויך בני יואל שחט זייערע עופות דארט,

צוליב די גרויסע מאנגל אין טשיקענס די לעצטע חדשים האט דער שחט הויז אין פענסילוועניע בירדס בארא וואס ווערט אנגעפירט דורך א קלויזענבורגער אינגערמאן שלמה ווידער אנגעהויבן קויפן אנדערע סארט עופות און דאס שחט מען שוין באלד דריי חודשים, בעיקר האט מען דאס פארקויפט פאר פסח אין די בינגא געשעפטן, און די נשים צדקניות האבן דאס באמערקט בשעת'ן קאכן די פלייש אויף יום טוב אבער צוליב די טירדות החג האט קיינער נישט געמאכט קיין עסק צו גיין פרעגן זיין רב אויב דער עוף איז עפעס אנדערש פון די ביז יעצטיגע עופות און זיך פארלאזט אויפן בעל מכשיר די התאחדות הרבנים, למעשה שחט מען ווייטער די עופות שוין דריי חדשים ואין פוצה פה ומצפצף

די בני יואל דיינים האבן נישט געוואלט ניצן די פלייש פון די עופות האט מען פאר זיי יא געברענגט די מסורה'דיגע טשיקעןנ'ס, למעשה זענען די בני יואל זייער פארווייטאגט ווייל זיי ווערן געוואיר אז מ'האט זיי זייער שטארק פארפירט מ'האט זיי געזאגט אז זייער פלייש איז בלויז פון די מסורה'דיגע עופות אבער למעשה ווערט מען געוואויר אז די שמאלץ און די לעבער האט מען יא גענוצט פון די אנדערע נישט מסורה'דיגע עופות, און מ'האט זיי איינגערעדט אז דער שוחט ר' הערשל ווייס האט מעיד געווען אז דער עוף האט מען געשחט'ן פארן רבין ז"ל, און הערשל ווייס לייקענט לא היה דברים מעולם.
און די עולם הכשרות רבנים קוקען זיך צו מיט ווינדער וויאזוי התאחדות הרבנים וואס באשטייט היינט פון איין איינציגער בעל מכשיר קען לאזן שחטן נייע סארט עופות אן קיין מסורה און רופט נישט קיין אסיפת רבנים און אסיפה פון שוחטים וואס זאלן מעיד זיין אויף די מסורה פאר מ'שחט אזאלעכע נייע עופות,

די סאטמארע רביים האבן נישט גענומען קיין שטעלונג דערקעגן, די בני יואל זאגן אז דאס איז צוליב וואס דער אייגענטימער פון בינגא ר' אהרן ווייס איז פון זיינע ראשי קהלה און מנהל המחנות זומער קעמפס, און אזוי ווי ער איז דער איינציגער פארלירער פון די מערכה האט ער האט געבעטן זיין רבי זאל נישט פארפירן,
זיי באשלודיגן אז צוליב דעם איז הלל וויינבערגער געגאנגען פאר פסח מפייס מהרז"ל כדי מ'זאל נישט פירן מיט אים די מערכה, זיי זאגן אז הלל האט זיך מתחייב געווען נישט צו חבר'ן מיט די קאמאן קאור רבנים און אויפהערן די מערכות קעגן פוירלס ובשכר זה וועט מען נישט רידערען אויף די טריפה'נע עופות, מ'האט מכבד געווען חול המועד הלל וויינבערגער מיט א דרשה צום ערשטן מאל אין אפאר יאר,

די דריקעריי פארבריקן וועלן זיך מאכן פרנסה די נעקסע פאר וואך פון די קונטרסים וואס וועלן געדריקט ווערן בקרוב פון דעם שערוריה, און מ'וועט אודאי ברענגן דעם גאנצן שטר יוחסין פון די אבות ואמהות פון די עופות, ויגדיל תורה ויאדיר.
בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אהוב את האמת, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר