מהרזל''ס מערכה קעגן קרית יואל בעקפייערד פאר זיין ציבור

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

מהרזל''ס מערכה קעגן קרית יואל בעקפייערד פאר זיין ציבור

שליחה דורך signout »

א מעסעזש וואס פארט ארום בשם חסידי מהרז''ל, נישט דא פארוועם..

פאר 10 יאר צוריק איז אונזער קהלה געווען 32 פראצענט אין שטעטל, [פונקטליכער; 60 % ארוינים 32% היימישע און 8% בני יואל] א שיינע פראצענט גענוג צי בויען און אנפילן שולן אין יעדע געגנט אין שטאט

למעשה פון 10 יאר צוריק ביז יעצט איז אונזער קהלה אין קרית יואל פוחת והולך פראצענטועל וואס ברענגט אטאמאטיש אז די ארוינים ברייטערן אויס זייער פראצענט מיט גרויסע נומבערס, אין די סיבה איז 3 פאכיג

1) די מאסיווע מארקעטינג מצדינו צי שטופען די גלילות האט צוגעברענגט אז אזויפיהל ווי 30% אנ״ש האבן ארויסגעמופט צי די גלילות [באלד וועל איך אויסשמעוסן אויב ס'בכלל א מעלה]

2) צוליב די נעגעטיווע בליק פון אנ״ש בכל אתר ואתר ואתר אויף קרית יואל [צי פארדאנקען אונזער פובליק עדיטוט אויף קרית יואל ביז לעצטענס] איז זייער א קליינע פראצענט פון אנשי שלומינו

3) צוליב וואס אונז האבן נישט קיין שוהלן [א עקסטערע שמעוס פאר זיך, אונז זענען 20 יאר געווען פארנומען מיט וואוטס און נאנסענס ווי איידער זיך בויען] האבן אסאך נעטראלע / קאלטע אנ''ש אפגעמאכט מה לי הצרה הזאת? און זענען אפציעל מעמבערס אין ארוינישע שולן [ניין, זיי גייען נישט צי אהרן מיט קיין קוויטל אבער זענען פולקאמע מעמבערס אין זייערע שולן, און פילן זיך באקוועם און וועלקאם פונקט ווי א ארויני, בקיצור, דאס איז ״זייער״ שול]

צוליב די 3 אויבערמאנטע פאקטארן האט זיל ארויסגעשטעלט די אינטערסאנטע מציאות וואס יעדער קען פעסשטעלן אז אונזער פראצענטן אין שטעטל האלטן אין איין ווערן ווייניגער, בעת אין אלט קרית יואל [סעקשען 1,2,3,4, ] האבן אונז נאך א 30 פראצענט [טאקע ווייניגער ווי די אמאליגע 32%] איז עס פוחת והולך מיט יעדע שפעטערע שכונה, ברך משה איז ווייניגער ווי עצי תמרים, קארלסבורג איז ווייניגער ווי ברך משה, קרעסטיר איז ווייניגער ווי קארלסבורג און די קלימאקס איז שכונת ויואל משה וואס איז נאך ווייניגער ווי קרעסטיר, אזש אין שכונת ויואל משה האבן אונז נישט קיין 20%!! יא גוט געליינט, אונזער פראצענט אין שכונת ויואל משה שטייט ביי בערך 15/16 פראצענט דערווייל

יעצט דארף מען פארשטיין, אין א קהלה איז דא כל מיני מענטשן אנגעהויבן אויפן ערליכע זייט ביי רעכטע כאניאקישע יונגעלייט מיט שווארצע גלעזער ביז שוואכערע מיט פאלא העמעדער און גרויסע סמארטפאונס (פארשטייט זיך די רעדע דא איז נישט צי מעסטן יראת שמים נאר משפה ולחוץ) איז וויאזוי פונקטליך ווילן אונז עפענען א שוהל אין שכונת ויואל משה אין די נאנטע תקופה? מיט וועם? מיט די פופצן פראצענט וואס אין דעם איז נכלל כל מינים וצדדים? פארוואס אין די וועלט זאל בכלל א פיינע היימישע יונגעמאן בכלל זוכן א היימישע זאלונישע שול ווען צווישן אלע סארטן און שטרעמונגן האבן אונז גאנצע 15 פראצענט אינעם שכונה? פארוואס אין די וועלט זאל א פיינע היימישע יונגעמאן אוועקגיין פון זיי וואס איז שוין עסטעבלישעד מיט 2 הערליכע שולן, מקוואות, מורי הוראה, מיט אריבער *80 פראצענט* פונעם ציבור?

יעצט לגבי די תוצאות פון די גלילות, פאר ווער עס קען אביסל די מציאות און די מהות וויאזוי גלילות ארבעט ווייסט אז עס ארבעט בערך אזוי, צוליב דעם וואס מ׳וואינט געוואלדיג אויסגעשפרייט איז כמעט נישט במציאות צי דאווענען שבת ויו״ט ברוב עם אין קהל׳שע בתי מדרשים, נאר אויף יעדע גאס עפענט זיך א פיצעלע בית המדרש און א בנש״ק׳ל ריקט זיך אריין אין דאס ווערט מער ווייניגער די שול פאר די גאס, א ריכטיגע Crew ביהמ״ד מיט אלע פירושים, אוודאי זענען דא ערענסטע יונגעלייט וואס וועלן וואקן א שטרעקע צי א מער ערנסט ביהמ״ד אבער אפילו אזוי איז זייער שווער צי האבן מער ווי 40 טליתים

במילא אפילו מ׳צאלט מעמבערשיפ אויף א געוויסע מקום האלט מען כמעט נישט קיין קשר מיט די קהלה ווי מ׳געהערט, נאר רוב ציבור איז זיך קובע ממש לאקאל מיט די שכינים וד״ל

פאר די ארוינים איז עס אקעי, זיי האבן א שטארקע באזע אין שטעטל פון לכאורה איבער 4,000 מעמבערס במילא אז 10% וואינט אין די גלילות איז נישט עק וועלט, זיי ווערן שוין מיטגעצויגן מיט זייער באזע, אבער פאר אונז מינארעטי איז עס סו סייד! 30% אנ״ש וואינען אין די גלילות, אטאמאטיש ווייסן זיי נישט בכלל וואס א קהלה מיינט און וואס א ערענסטע ביהמ״ד באדייט, די גלילות גענומען אונזער מינאיריטי ציבור פון 1,800 מעמבערס און צוווארפן, צושפרייט און צוזייט איבער עטליכע סקווער מייל וואס די רוזלטאטן זענען זייער פשוט, ״15% אין שכונת ויואל משה אהן די געהריגע מעגליכקייט פאר א ביהמ״ד ומקום תורה פאר אנשי שלומינו״
די גרעסטע דשאוק איז נאך אז אונזערע באצאלטע פי אר חברה זענען שוין פארנומען פאר 5 יאר אויף אייוועלט אז אונז גייען האבן די ״זעלבע גרויסע״ שול ווי די ארוינים, אויך האט די רבי געזאגט ביי במקהלות אין מאנסי אז אונז וועלן האבן א אייגענע ביהמ״ד פון די ערשטע מינוט, די ליצנות איז גרויס, אונז קענען האבן די זעלבע גרויסע און אפילו א גרעסערע שול פון די ארוינים, די פראבלעם איז נאר אז ס׳נישט דא פארוועם, זעלבע איז מיט א צייטוויליגע שול, נישט דא פארוועם... יא זייער קלאר, פון די 200 משפחות לעת עתה איז נישט דא קיין 30 היימישע

יישר כח ששברת! שכוח פארן אונזער קארפן קעפ וואס האבן מחליט געווען די געוואלדיגע המצאה פון שיקן 30 פראצענט פון אונזער ציבור צי די גלילות, פון א מינאירטי זענען אונז געווארן א סופער מינאירטי! דאס וואס איז יא דא איז צוזייט אויף עטליכע סקווער מייל און דאווענט ע״פ רוב אין לעכער מיט זייער שכינים, יעצט חלום׳טס ווייטער פון א 100 מיליאן דאלאר ביהמ״ד אויף פארעסט און א 15 מיליאן דאלאר ביהמ״ד אין שכונת ויואל משה

עפן דיין אויג און קוק; נישט דא פארוועם!...
קפ
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום signout, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר