וואס איז די חילוק צווישן "הייליגער רבי" און "הגה"ק"?

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ששון ושמחה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 599 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 753 מאל

וואס איז די חילוק צווישן "הייליגער רבי" און "הגה"ק"?

שליחה דורך ששון ושמחה »

יעדער מאכט חוזק פון די מענדעליסטן אז זיי רופן זייער רבי'ן "דער הייליגער רבי", און יעדער פארשטייט אז דאס איז א סימן פון א קאָלט פירער און די מענטשן זענען נעבעך פארכאפט אין די משוגעת.

אבער ביי די אהרונים טרעפט מען א ענדליכע זאך. נאך פון ווען רבי אהרן איז געווארן זייער רבי רופן זיי אים יעדעס מאל וואס ער ווערט דערמאנט מיט די טיטול "הגה"ק". אמת, אהרונים זאגן נישט "דער הייליגער רבי" אבער אלע זייערע צייטונגען, גליונות, סיינס, צעטלעך, איבעראל שטייט אייביג "הגה"ק" אפילו אין פראנט פונעם רבי'ן אליין, און יעדער זעהט אויס זייער צופרידן דערפון ווייל עס גייט שוין אזוי אהן פאר 17 יאר, זייט די פטירה פונעם ברך משה.

איז יא, איך זעה א קליינע חילוק, ווייל מ'ניצט עס נישט ביים רעדן, אבער איז דען די חילוק אזוי גרויס?
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר