דערקענט איר דעם שריפט?

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
רעאגיר
אנאנים

דערקענט איר דעם שריפט?

שליחה דורך אנאנים »

ניין, קיין גראפאלאגיע. אפשר אביסל פסיכאלאגיע.

היינט, אז פארגרעבטע בעלי בתים, פראסטע בור-זיצער (מיט א לויפענדן שאוער), האבן געלייגט א יד אויפן אנאנים אפציע, איז נישט מער ווי רעכט אז דער עולם זאל זיך צום פראבע שטעלן.

זאל א יעניגער עטליכע שורות אפשרייבן, און די אנדערע פרובירן צוטרעפן וועמענ'ס דאס איז. מסכים?

כ'וואלט זיך געקענט ארויסלאזן אויף א רענט איבער די דרייווער וועלכע צינדען נישט אן קיינע בלינקערס ווען זיי האלטן ביים זיך איינדרייען. ס'איז בידי זיך צו רעגן אויף דרייווערס וועלכע צינדען יא אן בלינקערס ווען זיי פארן ארויס פון א פארקינג-ספאט. אבער כ'וועל מיט אייך ענדערש אן ערב פסח דזשאוק מיטטיילן.

ווייסן דאך אלע דעם ירושלמי, אז ווער עס עסט מצה (אום) ערב פסח, איז גלייך ווי ער איז בועל ארוסתו בבית חמיו.

האט ביאליק ז"ל זיך אויסגעדרוקט: נעה, גלייבט מיר, עס איז ווייט קיין פארגלייך...

און אז מ'רעדט שוין, שוין לאנגע יארן וואס כ'וואונדער זיך אויפן אומענדליכען אידישן צמאון פון מי יתן לי אבר כיונה. די וואס ווייסן, ווייסן אז ס'איז גארנישט אימפרעסיוו. נאטינג טו רייט האום אבאוט.

און אז מ'רעדט שוין #2, מ'האט לעצטענס צוריק געפענט פאר'ן פובליק איינע פון די חשוב'סטע הייזער אין פאמפעי, נאך א צוואנציג יאריגע רעסטאראציע פון אירע אומצאליגע וואנט-מאלערייען.

אויף א פראמינענטן ארט, באלד ביים אריינגאנג, איז דא א הערליכער פרעסקאו ווי דער גאט פון פערטיליטי וועגט זיך די כלי ההשפעה זיינער אויף א וואגשאל, קעגן א זאק מיט געלט.

און אז מ'רעדט שוין #3, כ'האמיך ערשט דערוואוסט פון א ביבליש-ארכעאלאגישער מאגאזין, וועלכער ווערט דעליווערט צו אייך אהיים גענצליך אומזינסט!

עכ"פ צום תכלית, רופט אייך אן ווארעם, ווער קלערט איר האט די דאזיגע ציילן געשריבן?

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר