ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
רעאגיר
די אנדערע זייט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 6:51 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט

שליחה דורך די אנדערע זייט »

עס איז באקאנט אז אויסער די אידישע סייט "קאווע שטיבל" ווי אונז ערליכע אידן פארברענגען אויף א אויסגעהאלטענע פארנעם, ווי אידן שומתו"מ פון די גאנצע וועלט קומען זיך צוזאם און מען טוט דארעך דברים העומדים על הפרק אדער העומדים ברומו של עולם, תורה ועבודה וגמולת חסדים, אינטערסאנטע נייעס און קרישקעלעך, ביז גאר טיפע השקפה , רייכע היסטאריע און הייקעלע נושאים, א.א.וו.

איז אויכעט דא נאך א סייט, א אידישע סייט, וואס ריפט זיך אידישע וועלט פארומס, אדער אין קורצן אייוועלט, דעס איז שוין מער א עקסטרעמע סייט, טראץ וואס זיי זענען אויכעט שומרי תורה ומצוות, האבן זיי אבער אויכעט ציגעלייגט נאך פארשידענע גדרים וסיוגים אפילו עס האט נישט דווקא א שייכות צו אידישקייט,

אזוי ווי יעדע האקעלע נושא נישט קיין חילוק פון וועלכע ענין איז לפי דעתם בעסער אז מ'רעדט נישט, קען דארט נישט געשריבן ווערן רוב זאכן וואס ווערט דא געשריבן,
און די וועג ווי אזוי ס'האלט זיך אקטיוו איז דארעכדעם וואס יעדע נייעס'ל גרויס און קליין ווערט געמאלדן אזוי אויכעט די פארברענגען דארט וכו' וכו'.

עכ"פ ווי פארשטענדליך איז איינע פון די הארבסטע זאכן דארט אונזער חשובה סייט "קאווע שטיבל" וואס איז לדעתם א שרעקליכע פירצה און זייער נישט אויסגעהאלטן והדברים ידועים,

ווי פארשטייט זיך אליינס אז ברענגען אדער ציצייכענען ק"ש איז דארט א עון פלילי אז פארדעם אליין קען מען פליען פון דארט, (גראדע און די ערשטע יארן פון ק"ש איז עס יא דערמאנט געווארן דארט)

מילא יעצט ווען ס'ווערט יא דערמאנט איז ווערד אז מ'זאל עס די אראפּ ברענגען צי זעהן , (אסאך מאל ווערט עס שפעטער פארמעקט דארט)
אפילו עס איז נישט אזוי אונטערסאנט , און פאר א גרויס חלק אונטערסירט עס בכלל נישט, אעפ"כ וועלן זיכער זיין אידן וואס וועלן הנאה האבען,

די גאנצע הקדמה איז נאר געשריבן געווארן ווייל איך האב געוואלט ברענגען די פאלגענדע סקרין שאט וואס כ'האב היינט באמערקט דארט (גראדע שוין געשריבן געווארן עטליכע טעג צירוק) און איך האב עס נישט געהאט ווי צי לייגען, ואיתכם הסליחה
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20230519_140400_928.JPG

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר