היינטיגע אדווערטייזמענטס? (דרשה פון הרב שמעון זאב מייזליש)

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

היינטיגע אדווערטייזמענטס? (דרשה פון הרב שמעון זאב מייזליש)

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך אפריל 28, 2021 10:15 pm

ס'פארט יעצט ארום א דרשה פון דעם בעל דרשן הרב שמעון זאב מייזליש וואו מיט זיין געלונגענעם כח הדיבור נוצט ער ערנסטקייט און ליצנות בערבוביא אפּצושפּעטן פון די היינטיגע אנאנסן אין די אויסגאבעס. איך וועל זיין דער לעצטער זיך אנצונעמען פאר פילע פון די עדס, וואס צומאל זענען טייל נאריש און קאָרני, און צומאל אפילו אן א אידישן טעם, אבער ווען הרב מייזליש קליידט זיך אן באיצטלא דרבנן, און האקט אויף פריוואטע פירמעס מיט זייערע נעמען, ברבים -- ביי א דרשה אויף וואס ער באקומט באצאלט טבין ותקילין -- דארף מען אנצייגן אויף די לעכער אין זיינע ארגומענטן.

אפילו אויב זאלן מיר זאגן אז אדווערטייזמענטס זענען געווארן היינט מער סאפיסטיקירט און מאדערן, און אפילו מער פּראָסט, דארף מען פארשטיין וויאזוי זעט הרב מייזליש דערין א חסרון. ער אליין איז אויך פיל מער מאדערן און פּראָסט ווי אמאליגע רבנים; ער מאכט זיך בא'טעמ'ט פאר'ן היינטיגן דור, ווארפט אריין פילע ענגלישע ווערטער און סלענג, און בכלל זיך געבויט א קאריערע פון רעדן דרשות פאר ענטערטעינמענט פאר טייער באצאלט. איז אז אנאנסן האבן זיך געטוישט איז וואס? נאר רבנים מעגן זיך טוישן צו פארדינען כבוד און גאלדענע גליקן לפי הרוח והזמן, אבער פשוט'ע ביזנעסלייט וואס ארבעטן שווער על המחיה ועל הכלכלה טארן נישט?

בכלל איז מיאוס דאס זיצן שבעה נקיים אויף אן עד און אריינקוועטשן רבי'שע קריטיק ווען רוב פון די עדס מיינען בכלל נישט קיין זלזול, און די וואס יא האט מען אויך נישט קיין רעכט זיי אזוי אויסצופּראַקן צו ענטערטעינען די פארזאמלטע ביי א גוט-געלוינטן דינער. אויב וויל ער יא אזוי צעלייגן מאדנע אויסדרוקן מיט זיין לעבעדיגער שפראך, זאל ער אפירנעמען ציטאטן פון רבי'שע שמועסן און שיחות קודש -- ער וועט טרעפן דארטן פיל מער טפשות און זלזול, און פיל מער צו לאכן און צו וויינען.

נאך מער פון דעם, אזעלכע עדס זענען בכלל נישט קיין נייער פענאמען. מ'האט אייביג גענוצט פסוקים פאר מליצות (ווער געדענקט נישט דודי'ס "ויהי בחצי הלילה" סעיל וואס איז געלאפן לאנגע יארן), און עס זענען אייביג געדרוקט געווארן פּראסטע עדס, אמאל מער און אמאל ווייניגער.

פאלגנד זענען צוויי עדס וואס איך האב יארן צוריק ארויפגעשטעלט דא אויף "קאווע שטיבל" אין מיין "דער איד ארכיוון סעריע":
dy8.png


1.jpg



הרב מייזליש האט פשוט גענומען פיינע און וואוילע פריוואטע מענטשן, ערליכע ביזנעסלייט און גראפיקער, און פאר זיינע ליצנות און ענטערטעינמענט צוועקן האט ער זיי מבייש געווען ברבים, און זיך נאך פרום פארגלייזט די אויגן מיט רבי'שע גרימאסן.

הערטס אויף פייניגן טייערע יחידים וואס פרובירן צו לעבן ווי גוטע אידן און גוטע מענטשן. קוקטס אריין אין זיך אליין, און פאררעכטס אייערע גראבע תאוות הכבוד והשררה פון וואס כלל ישראל ליידט.
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3676 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10519 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך אפריל 28, 2021 10:36 pm

כ׳האב נישט געהערט דעם דרשה אבער איך וואלט געוואלט פרעגן דעם הרב מייזליש אז איז נישט ״די וואך״ און ״א בליק״ וכדומה אויך נייע סטייל ״אדווערטייזמענטס״ פאר די רבי׳שע שטותים?

אבער די אמת איז אז די רגע מ׳נוצט רבי׳שע גרימאסן פארלירט דער פרעגער עני רעכט צו פארלאנגען פון זיי קאָנסיסטענסי אדער לאגיק אין וואס זיי זאגן. אטע דאס איז דאך די גאנצע תפקיד פון ״רבי׳שע גרימאסן״ מעיקרא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2153
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1587 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 1:49 am

וואס נאך פארקויפט הרב מייזליש חוץ האבן א גוטע פיסק? איך האב עפעס קיינמאל נישט געהערט רעדן איבער זיין גאונות, צידקות און יראת שמים.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2719
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2847 מאל

הודעהדורך תרמב » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 8:48 am

א גוטע פיסק דארף נישט גיין מיט גאונות און יראת שמים, רוב מאל גייט עס עקסטער.
תרמב
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 11:53 am

איז ער דען נישט גערעכט? עס איז א עקל און אפשיי געוויסע היינטיגע עדווערטייזמענטס. מען רייסט אויס דאס לעצטע ביסל איידעלקייט פון די טייערע צאן וצונות קדשים.

אה און מזל טוב פאר ראובן פארען שינוי השם...מען מאכט אויך א נייע ברית צו וואס?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5886
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2708 מאל

הודעהדורך היכי דמי » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 12:16 pm

וואס מיר באדערט פון די דרשה איז אז א רב נעמט שוין יא די מיה צו רעדן איבער די ווייטאגליכע נושא פון אדווערטייזמענטס, און ער איז נישט מעורר אויף דעם וואס מען ליינט די אדווערטייזמענטס אין שב"ק און אין יו"ט וואס דאס איז אן ערענסטע שאלה אין הלכה. נאך מער פון דעם, אין זיין רעדע דערמאנט ער די עדס וואס עס איז געווען אין "רוב אידישע הייזער" דעם פארגאנגענע יו"ט, אין אנדערע ווערטער אומדירעקט זאגט ער אז טויזענטער אידן האבן געזעהן די מודעות דורכאויס יו"ט. נו, מיט אן אפענע שאלה אין הלכה האט ער נישט קיין פראבלעם נאר מיט די אמעריקאנער אידישקייט אז א זיידע פיטערט אן אייניקל א לעבען?

אבער עס איז מיר אויך פארענטפערט געווארן אין די זעלבע דרשה ווען ער האט געזאגט אז אידישקייט דארף נישט קיין שלחן ערוך נאר אונז דארפן זיין אסאך בעסער... יא יא, אונז זעמער אסאך העכער פון דעם...
היכי דמי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 12:51 pm

די קאמפאניס וואס ער האט בארעדט פאטשען זיך אין בייבל, פרייער עדווערטייזונג.

נעקסט טיים שרייבען זיי עפעס אזוי פראסט אז מער רבנים זאלען זיי בארעדן. דער מער דער בעסער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3190
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1709 מאל

הודעהדורך יואליש » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 2:09 pm

רעדענדיג פון מארקעטינג, די דרשה איז א היט פון א וויירעל אדווערטייזמענט פארן "בעל-דרשן-אן-דימענד" פירמע פון הרב מייזליש. ער פארשטייט דאס גאר גיט. ווי איימיצער דא האט היינט געשריבן אין א דערנעבנדיגע אשכול: די חכמה אין פארכאפן א מארקעט שעיר אין די עולם הרבנות איז צו מוכיח זיין במקום שלא הלכו בו הנמושות, נישט סתם איבערקייען און דרעשן שייטלן און אינטערנעט. א חידוש אין תוכחה איז אייגענארטיק און ווערט א שמועס ביים ציבור, און סווערט גיט אויפגענומען ביים פרומערן צימער ווי "כלל ישראל'ס נאז" איז מורח ודאין, נישט הלכה אדער שו"ע, ווי דער רב שטרייכט אונטער.

הרב מייזליש פלעגט נישט האבן קיין פראבלעם צו זיין דער פאפולער רב פון די פסח יאגארט עסערס. פארט, צו ווערן די טשאמפיאן ביים מורח ודאין ציבור איז א לכתחילה און אן אומשאצבארער דערגרייכונג, ופרט ווען מ'ווערט עלטער און מער עסטעבלישט.

(ווינער רב אין די נון יארן האט אויף מוכיח געווען אויפן די מאדערנעזאציע פון אדווערטייזמענט פארן ניצן בילדער פון מענטשן און פנים'ער. כ'געדענק נישט אויב די פראבלעם איז געווען גוי'אישע געשטאלטן אדער אויך אידישע. "דער איד" האט דאן זיך אונטערגענימען צו נישט ערלויבן עדס מיט געשטאלטן, און ס'האט טאקע אנגעהאלטן פאר עטליכע יאר.)
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2543
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3981 מאל

הודעהדורך תרמב » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 4:35 pm

איך האב אויסגעהערט די דרשה, סאיז צוקער זיס, וואס געפעלט מיר די מערסטע ווי ער פארפעלט נישט צו אדווערטייזן די קאמפאניס, ווילסט א הויז? קעפיטאל פלאס! ווילסט עסן פסח? לעבען! וכדומה, זייער גוט אראפגעלייגט, הגם איך כאפ נישט פונקטליך די פראבלעם.
תרמב
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

Re: היינטיגע אדווערטייזמענטס? (דרשה פון הרב שמעון זאב מייזלי

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג מאי 03, 2021 12:18 am

א שיינע המשכה צו שיעור אויפן דרך פונעם מגי"ש.
https://streamable.com/sw6efb
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1039
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1113 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג מאי 03, 2021 12:36 am

תרמב האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט די דרשה, סאיז צוקער זיס, וואס געפעלט מיר די מערסטע ווי ער פארפעלט נישט צו אדווערטייזן די קאמפאניס, ווילסט א הויז? קעפיטאל פלאס! ווילסט עסן פסח? לעבען! וכדומה, זייער גוט אראפגעלייגט, הגם איך כאפ נישט פונקטליך די פראבלעם.

ווי קען מען עס הערן?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1803
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 961 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 907 מאל

Re: היינטיגע אדווערטייזמענטס? (דרשה פון הרב שמעון זאב מייזלי

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג מאי 03, 2021 3:30 am

דא האט איר די שיעור.

https://streamable.com/lo9ugu
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1039
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1113 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג מאי 03, 2021 7:24 am

לול.. "איך אדערווערטייז זיי נישט יעצט ווייל זיי האבן מיר נישט באצאלט.." אבער דו אדווערטייזד זיי דאך יא!
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3414
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5555 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2923 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג מאי 04, 2021 1:19 am

ער האט א פאינט אבער ער איז נישט דער וואס זאל דאס זאגן. איינער וואס איז אריינגעטון אין עוה"ז ווי די עווריזש זשאו שמאו האט א לאנגע וועג צו גיין פאר'ן האלטן אזא דרשה.

אגב, מיר באדערט מער ווען די בילדער אויסגאבעס ווייזן ווי צוויי בנשק'לך שמועסן און אינטן שרייבן זיי "האדמו"ר פלוני בסוד שיח עם אדמו"ר אלמוני". סוד שיח, די אויסדריקן וואס שטייט אויף אופנים וחיות הקודש, גארנישט ווייניגער? אדער ווען א רבי פארטראכט זיך ווייל ער וויל דיך דערמאנען וויאזוי א ניגון פאנגט זיך אן שרייבט מען "האדמו"ר... בדביקות" ממש זיך מתדבק אין כביכול? קוק אביסול אין ספרי קודש וואס דאס מיינט. נעמט מען אזוינע הייליגע מושגים און מ'איז עס מגשם און דאס פיטערט מען פאר די תמימותדיגע קינדער? ווי איז די ווייגעשריי פון הרב מייזליש?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2719
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2847 מאל

הודעהדורך תרמב » דינסטאג מאי 04, 2021 3:09 pm

געב עס איבער פאר הרב מייזליש וועט ער ביי זיין קומענדיגע דרשה קומען מיט די וואך אין די האנט און פונקטליך מסביר זיין די בילדער, דבקות בשעת ראשית הגז.... מיין שווער! בכיות ביי שריפת חמץ....... סקווירא! אבן הפינה אין בית מדרש...... באבוב! און אזוי ווייטער.
תרמב
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך סעגאל » דינסטאג מאי 04, 2021 9:20 pm

איינער צאלט פאר די דרשה.
איך מיין אז לויט ווי איך קען הרב מייזליש וועט ער פאר די רייט פרייז רעדן קעגן די רבנים בילדער אויך. קענסט אים שוין באשטעלן.
סעגאל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מאי 05, 2021 8:32 am

שמעון וואלף האט געשריבן:ער האט א פאינט אבער ער איז נישט דער וואס זאל דאס זאגן. איינער וואס איז אריינגעטון אין עוה"ז ווי די עווריזש זשאו שמאו האט א לאנגע וועג צו גיין פאר'ן האלטן אזא דרשה.

אגב, מיר באדערט מער ווען די בילדער אויסגאבעס ווייזן ווי צוויי בנשק'לך שמועסן און אינטן שרייבן זיי "האדמו"ר פלוני בסוד שיח עם אדמו"ר אלמוני". סוד שיח, די אויסדריקן וואס שטייט אויף אופנים וחיות הקודש, גארנישט ווייניגער? אדער ווען א רבי פארטראכט זיך ווייל ער וויל דיך דערמאנען וויאזוי א ניגון פאנגט זיך אן שרייבט מען "האדמו"ר... בדביקות" ממש זיך מתדבק אין כביכול? קוק אביסול אין ספרי קודש וואס דאס מיינט. נעמט מען אזוינע הייליגע מושגים און מ'איז עס מגשם און דאס פיטערט מען פאר די תמימותדיגע קינדער? ווי איז די ווייגעשריי פון הרב מייזליש?

שמעון וואלף: איין זאך האסטו פארגעסן (וואס איז אייביג דא) די רינדעכיגע קאקאוש קעיק און די וויין פלאש. מיט 2 בעכערס...! דאס איז דא אויף א יעדן פיקטשער ווי2 רעבעס טרעפן זיך און זיי רעדן ..."בסוד שיח"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14359
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16444 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9389 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דאנערשטאג מאי 06, 2021 10:39 pm

ווער קען ברענגן די דרשה ווי זיין ברודער די לימונבער פארציילט אז זיין טאטע הרב מסיגעיט ( גראדע א ביזנעס מען אלס אינשורענס אגענט וואס פירט אן אוטו ) האט זיך אפגערעדט אז ווען ער און זיין ברודער שמעון זאב שטעלן זיך אויף רעדן קען ער זיי ממש נישט אויסהערן עטס רעדטס "טשאדעלע באדעלע" זיין ברודער שמעון זאב האט עם מסביר געווען האלא דו ווילסט מאכן פרנסה? שטעל זיך אהער 2020'דיג וכו' וכו'
עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2097
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1140 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מוצ"ש מאי 08, 2021 10:58 pm

אן אלטע דרשה?

ער איז דארט מסביר פארוואס ער איז מער פארנומען ווי זיין ברודער ר' שמעון זאב, ווייל יענער זאגט תורה און ער בדחנות...
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 485 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג מאי 09, 2021 12:37 am

פארוואס זאל ראבון מעגן בארעדען הרב שמעון זאב, אלס כדי צי באקימען אפאר לייקס
און הרב שמעון זאב נישט מעגן חוזק מאכן כדי צו באקימען אפאר טאלער?!?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2738
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2086 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1219 מאל


גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט