ס'בענקט זיך נאך ר' מענדל הערש

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

ס'בענקט זיך נאך ר' מענדל הערש

שליחה דורך קאווע קריטיק »

קוקנדיג אויפ'ן נייעם קינדליין איז דער בעסטער וועג צו פארשטיין די גרינטליכע, געניטע און אחריות'דיגע ארבעט אין רעדאקטארשאפט וואס איז געטון געווארן דורכ'ן פריערדיגן רעדאקטאר ר' מענדל הערש און ווי שווער דאס איז צו רעפלעיסן אפילו ווען די ריינערס פאכן מיט א בייטל פון עשרת אלפים ככר.
מ'קען האבן געלט און גוטע שרייבערס און דאך פירן א טאקטלאזע ווערטשאפט.
דער מאגאזין איז פול מיט גרייזן, די נייע גראפיקס וואס איז נישט נאכגעמאכט די אלטע קינדליין (א ביישפיל ביי חכמות און פקחות) איז חלשות, גרייזן אויפ'ן קאווער מיט ווילדע סופערלאטיוון איבער אויפטרייסלנ'דיגע (בכלל דא אזא ווארט?) חלומות, צוויי מאל די זעלבע סטארי אויפ'ן קאווער, שרייבן הרב הצדיק אויף ר' שרגי געשטעטנער א וואוילער בעל בית (טאטע העלף) און די וואך שרייבן זכותו הגדול יגן עלינו, (טו מיר א טובה).
די גאנצע אינטערוויו מיט שרגי איז אומקלאסיש, דער וועג וויאזוי מ'רעדט פון זיין זינגען כאילו ער איז געווען אן עובד עבודה זרה און אלע זינגערס זענען שקצים, וכהנה רבות פעלט א פראפעסיאנעלע איבערזיכט ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.
ס'איז צייט קינדליין זאל נעמען זייערע פילע רעסורסן און אהערשטעלן א רעדאקציע מיט א טעם און א גראם. א דאנק.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר