אויפדעקונג: די טוויטער פיילס

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1022
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1097 מאל
קאנטאקט:

אויפדעקונג: די טוויטער פיילס

שליחה דורך כלבאשבוע »

שוין א לאנגע צייט וואס מטענהט אז טוויטער האט דערשטיקט רעפובליקאנער שטימעס אין דינסט פון פאליטישע אינטערעסן

נאכדעם וואס אילאן מאסק האט איבערגענומען טוויטער, האט ער פארשפראכען צו דערגיין וואס איז פארגעקומען אינטער די קוליסן, יעצט הייבט אן ארויסקומען דיטעילס וואס קאנפירמט די באשולדיגונגען

מאסק האט געגעבן צוטריט צו די טוויטער פיילס פארן זשורנאליסט Matt Taibbi און ער האט נעכטן אנגעהויבן מפרסם זיין זיינע געפינסן

זיין ערשטע גרעסטע אויפדעקונג דרייט זיך ארום די ניו יארק פאוסט מעשה וועגן האנטער ביידעןס לעפטאפ וואס איז ארויסגעקומען נאנט צו די עלעקשאנס, אין א לענגערע טוויט פארציילט ער וואס איז פארגעקומען אינעווייניג אין טוויטער ווען זיי האבן אלץ רעזולטאט אויסגעשפארט די ניו יארק פאוסט און שפעטער אויך Kaleigh McEnany טראמפס פרעסע סעקרעטערי, אלעס אנעם וויסן פון דזשעק דארסי טוויטערס CEO וואס האט טאקע שפעטער געלייקענט די באשולדיגונגען אין פארנט פון סענאט

ער ווייזט אויך אן וויאזוי ביידעןס טיעם און די דעמאקראטישע פארטיי האבן געמאכט דירעקטע פארלאנגען פון טוויטער אויסצומעקן טוויטס וואס האט זיי נישט געשמעקט, הגם אז טוויטער האט באקומען און באהאנדעלט אזעלכע פארלאנגען אויך פון די רעפובליקאנער זייט איז עס פארשטייט זיך געווען מער גענויגט אויף לינקס ווי אויף רעכטס
בייגעלייגטע פיילס
805B7F93-0396-41B8-9460-5BE1CAD4776A.jpeg
E3BDDAF4-0FB2-4353-828B-87B93F5184D7.jpeg
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר