וואס איז געשען מיט Drudge ?

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1023
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1099 מאל
קאנטאקט:

וואס איז געשען מיט Drudge ?

שליחה דורך כלבאשבוע »

די Drudge Report פלעגט זיין שטארק גענויגט אויף די רעכטע זייט און סדא וואס טענהן אז ווען נישט אים וואלט עס טראמפ נישט געמאכט אין 2016, אבער עפעס א שווארצע קאץ איז דארט דורכגעלאפן און אין יעצטיגע עלעקשאן איז ער בפירוש קעגן טראמפ און שטופט טעגליך די ביידען אדזשענדע

אין סעפטעמבער האט טראמפ אליין געטוויט דערוועגן, כדרכו האט ער אינגאנצן אוועקגעמאכט דראדזש און סאיז געווען מער ווי א רמז אז סאיז א אפענע פייט, די קאנסערוואטיווע מידיע זעלנער האבן אויך אנגעהויבן אטאקירן דראדזש און סאלעס ווייזט אז די honeymoon איז אווער

מהאלט א וואך צום עלעקשאן און לויט די פאולס שטייט טראמפ שמאל, קיינער ווייסט נישט וואס דער אויסקום וועט זיין, מהאט זיך פעסט אפגעבריהט לעצטע מאל פון בויען נאר אויף פאולס און פון די אנדערע זייט איז א ערנסטע שאלה צו מקען געווינען די לאטערי צוויי מאל נאכאנאנד, אבער סאיז א שטארקע סברא אז נישט האבן דראדזש וועט קאסטן פאר טראמפ טייער
בייגעלייגטע פיילס
1300913237869752321.png
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר