וואס איז געשען מיט Fox News ?

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1022
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל
קאנטאקט:

וואס איז געשען מיט Fox News ?

שליחה דורך כלבאשבוע »

Fox News איז נתייסד געווארן צו זיין א תשובת המשקל צו די לינקע מידיא און איר גאנצע וועזן איז גענויגט אויף רעכטס, סדא וואס טענהן אז ווען נישט זיי וואלט אזא איינער ווי טראמפ עס קיינמאל נישט געקענט געמאכט אין 2016 כאטשיג זיי האבן אין אנהייב אים געגעבן שוואכע שטיצע און אפילו פרובירט צו אונטערהאקן (סדא וואס זאגן אז פאקס האט מורא פון א טראמפ מידיא קאמפאטישאן) אבער צום סוף האבן זיי זיך אויסגעגליכן

א שווארצע קאץ איז אבער דורכגעלאפן אין יעצטיגען עלעקשאן מיטן מכה בפטיש דינסטאג נאכט ווען זיי האבן דערקלערט אריזאנע פאר ביידען, טראמפס קאמפיין האט זיך שארף ארויסגעשטעלט קעגן Fox און סאיז יעצט א אפענע פייט, די קאנסערוואטיווע מידיע זעלנער זענען היפש צומישט ווייל א גרויס חלק פון זיי ארבעטן דאך פאר Fox אבער די honeymoon איז ווארשיינליך אווער

סאושעל מידיע ריזן ווי פעיסבוק און טוויטער האבן לעצטענס אנגעהויבן שטארק צו צענזירן רעכט קאנסערוואטיווע גרופעס און זייערע מעסעדזשעס, טוויטער פארשטעלט יעצט כמעט יעדע טראמפ און טראמפ קאמפיין טוויט מיט א פלעג אז סאיז נישט פאקטליך אדער ריכטיג, פעיסבוק האט היינט אויסגעמעקט א גרופע פון איבער 300,000 טראמפ שטיצער, דאס אלעס מאכט זייער שווער אז טראמפס מעסעדזשעס זאלן אנקומען ווי ער וויל און נישט האבן Fox אינגאנצן אויף זיין זייט וועט אים אויך לכאורה טייער קאסטן
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר