קאָווער ראַטעס

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

קאָווער ראַטעס

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך מאי 05, 2021 8:47 am

ווען עס געשעט א גרויסע נייעס, בפרט א שרעקליכע טראגעדיע, איז די צייט צו זען וויאזוי די היימישע אויסגאבעס באריכטן דאס און ווייזן זייערע טאלאנטן און זשורנאליסטישע קוואליפיקאציעס. דאס איז א געלעגנהייט צו זען מי ומי ההולכים, ווער פארמאגט שרייבערס און רעדאקטארן מיט טאלאנט, ענערגיע, שעפערישקייט און ערנסטקייט, און ווער עס איז טרוקן און ליידיג ווי א גענוצטע הושענא.

יעצט אז עס קומען ארויס די קאווערס פון די וואכעדיגע זשורנאלן, וועלכע דעקן די שרעקליכע טראגעדיע און מירון דעם פארלאפענעם ל"ג בעומר, איז הזמן מוכשר צו ראַטירן יעדן קאָווער און געבן אן אפשאצונג ווער עס האט אהערגעשטעלט א דעקל וואס פּאַסט אין אזא זמן.

די ראטעס וועלן לויפן אויף א וואג פון 1 ביז 10.

כ'וויל בעטן אז מ'זאל נישט סתם אזוי לייגן קאווערס דא, נאר רעאגירן אויף די קאווערס וואס כ'האב שוין ראַטירט. מ'קען לייגן קאווערס אין אנדערע אשכולות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אבטולמוס אום מיטוואך מאי 05, 2021 9:11 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10549 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך מאי 05, 2021 8:54 am

דער איד
8/10

פאזיטיווע נקודות:
מ'זעט מחשבה וויאזוי צו באריכטן די נייעס, פאסיגע ווערטער און מליצות, פרואוו צו ברענגען גוטע בילדער פון די נפטרים, א קורצע ביאָ פאר יעדן נפטר, גראפיק פון ביילאגע דעקל איז שטארק פון אלע זייטן: גוטע קאלירן, רירנד, פאסיגע ווערטער, אבער גארנישט מער צו לאזן אז דאס נישט-געזאגטע זאל אויך זאגן.

נעגאטיווע נקודות:
צוויי עדס אויפ'ן דעקל, שווארצער מעסעדזש אָן נחמה
בייגעלייגטע פיילס
11.jpg
12.jpg
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10549 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך מאי 05, 2021 8:57 am

Mishpacha
10/10

פאזיטיווע נקודות:
פערפעקטער באלאנץ פון גראפיק, טעקסט, און שעפערישקייט, וואס שפיגלט אפ אין ווייניג אבער ווארימע ווערטער די טרויער און נחמה פון כלל ישראל.
בייגעלייגטע פיילס
13.jpg
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10549 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך מאי 05, 2021 9:05 am

Ami
2/10

פאזיטיווע נקודות:
שעפעריש בילד וואס ווייזט אי די נפטרים און אי תולדות אהרן יונגעלייט אפצושפיגלען וואו די טראגעדיע איז פארגעקומען.

נעגאטיווע נקודות:
ס'איז שווער וואו אנצוהויבן וואס איז ראָנג מיט דעם דעקל. קיינער איז נישט אינטערעסירט אין קיין "עקסקלוסיווע" סקופס אלס דער מעין סטארי: ברענג דעם טרויער און ווייטאג פון כלל ישראל. דאס איז נישט דער פלאץ פאר אן אויסגאבע זיך אריינצושטעלן ווי דער מתווך צווישן גדולי ישראל און די לייענער. בכלל איז דער דעקל אנגעפירקלט מיט צופיל ווערטער און חלקים, און ס'זעט זיך בכלל נישט אן קיין מיטגעפיל מיט דער טראגעדיע. דער טיטל "די טראגעדיע אין מירון" הערט זיך ווייט, ווי עפעס וואס האט פאסירט ערגעץ וואו אין פראנקרייך, נישט אין אונזער אייגענעם מירון. אזוי אויך דארף דער דעקל נישט ווייזן נאך ארטיקלען, נישט וועגן דער טראגעדיע און נישט וויאזוי זיך צו דיעלן מיט דער טראומא -- אפגערעדט אז ארטיקלען פון אנדערע נושאים קומען בכלל נישט דא אריין.
בייגעלייגטע פיילס
14.jpg
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10549 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מיטוואך מאי 05, 2021 9:06 am

.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מאי 05, 2021 9:54 am

יעצט בלייבט נאר איבער צו זעהן וויאזוי ..."דער בלאט"... וועט אראפלייגן דעם מצב. און די אנגעבליכע סיבות (כאילו זיי ווייסן) פארוואס די טראגעדיע איז געשעהן.

זיי וועללן אנווייזן אויף פארשידענע פירצות. אבער אייביג נאר ביי די אדער די אנדערע גרופ. אבער קיינמאל נישט ביי אונז...! כאילו ביי אונז איז גארנישט דא וואס מתקן צו זיין...!

און דאס אלעס וועט קומען מיט א סאך ..."הייפער-באלי"....!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9462 מאל

הודעהדורך רימון » מיטוואך מאי 05, 2021 12:56 pm

דער איד: שוידערליכע טראגעדיע וכו' איז ווערטער וואס מ'קען נוצן אויף יעדע טראגעדיע, און שבת משוש לבנו איז אויף יעדע יו"ט טראגעדיע. וירב בים תאניה ואניה איז נאך א קלישעי אבילות פסוק וואס מ'האט גענומט ביי לייבי קלעצקי ווייל ס'האט כאטשיג די ווארט יהודה, אבער דא האט עס נישט קיין באזונדערע מיינונג ווי סתם א פסוק פון טרויער. אלע טעקסט אינאיינעם ברענגען נישט ארויס די מאנסטערישע גרויסקייט פון דער טראגעדיע וואס איז פשוט עפעס וואס דער מח קען נישט באגרייפן און עפעס וואס איז נאך קיינמאל געווען. דער בלאט האט עס יא באוויזן צו אילוסטרירן מיט'ן נוצן דאס ווארט "אומבאגרייפליכע טראגעדיע".

משפחה: מצד דעם ארט איז עס זייער שיין, אבער די ווערטער אין די ארעמעס פון רבי שמעון זענען צו ווייעך און וואלט זיך געווען פאסיג פאר א קעפל די וואך אפילו ווען ס'וואלט בכלל נישט געווען קיין טראגעדיע און מירון וואלט געווען נאך א פרייליכע געשיכטע.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1230 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 902 מאל

Re: קאָווער ראַטעס

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מיטוואך מאי 05, 2021 1:08 pm

אבטולמוס האט געשריבן:דער איד
8/10

פאזיטיווע נקודות:
מ'זעט מחשבה וויאזוי צו באריכטן די נייעס, פאסיגע ווערטער און מליצות, פרואוו צו ברענגען גוטע בילדער פון די נפטרים, א קורצע ביאָ פאר יעדן נפטר, גראפיק פון ביילאגע דעקל איז שטארק פון אלע זייטן: גוטע קאלירן, רירנד, פאסיגע ווערטער, אבער גארנישט מער צו לאזן אז דאס נישט-געזאגטע זאל אויך זאגן.

נעגאטיווע נקודות:
צוויי עדס אויפ'ן דעקל, שווארצער מעסעדזש אָן נחמה
מיך למשל שטערט פארוואס "דער איד" האט געמוזט צולייגן הינטן פונעם פעידזש וועגן דעם סאטמארער רביצען'ס פארטי? לאז דעם גאנצן פעידזש זיין געווידמעט פאר די 45 קרבנות
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 899
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך מאי 05, 2021 1:19 pm

לדעתי איז נאר די משפחה דעקל צו דער זאך. אויך אהן די סטעיטמענט. ס'איז צו פריה זיך צו מנחם זיין.

ברענגען בילדער און פונקטליכע דיעטילס פון די מתים איז לדעתי עקלדיג און נישט כבוד המת. די אומגליק איז די זעלבע צו ס'איז א מענטש מיט א שטריימל אדער א פאטריקאנער. בכלל, איז דאס נישט עקסלוסיוולי כלל ישראל'ס ובפרט דער חרדישער עולם'ס (און נאך אין אמעריקע) אומגליק. דאס איז א טראגעדיע ווי אלע טראגעדיעס, כאטש טאקע נענטער צום הארץ; און א צייטונג וואס באריכטעט נישט אלע אזאלכע אומגליקן אזוי פראמינענט האט נישט וואס צומאכן דאס ספעציעל. אין דער הינזיכט איז דער עמי בעסער. א צייטונג, איבערהויפט אויף די פראנט פעידזש, ברויך באריכטן טרוקענע פאקטן. אנאליזן און אביטשעריס קומען אין די ענדע. די נאכאנאנדע פאלשע אנשטעל פון אונטערנאציאנאלע חרדישע אחדות גייט שוין אויף די נערווען.

בעסער וואלט געווען ווען זיי האבן אויך אן ארטיקל צו דיבעיטן אויב דאס גאנצע מירון געפאראכטס פעלט אויס אדער זאל שוין זיין אפילו ארום די דזשענערעל קארופציע פון די צפון פאליציי.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3458
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מיטוואך מאי 05, 2021 1:24 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:לדעתי איז נאר די משפחה דעקל צו דער זאך. אויך אהן די סטעיטמענט. ס'איז צו פריה זיך צו מנחם זיין.

בעסער וואלט געווען ווען זיי האבן אויך אן ארטיקל צו דיבעיטן אויב דאס גאנצע מירון געפאראכטס פעלט אויס אדער זאל שוין זיין אפילו ארום די דזשענערעל קארופציע פון די צפון פאליציי.

מנחם צו זיין איז צו פרי, אבער צו באשולדיגן קארופציע און דעבאטירן דאס געפאראכטס איז שוין יא צייט...

מיין שכל זאגט פונקט פארקערט. יעצט איז די צייט פאר חיזוק און נחמה. באשולדיגן און דעבאטירן האט צייט למועדים ולרגלים אחרים.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך מאי 05, 2021 1:31 pm

פארוואס נישט? אז איך בין א קרוב צו א נפטר און איך זע דער עולם איז זיך שוין מנחם אויף אים שטעכט עס מיר. כרגע וויל איך וויסן ווער ס'איז שולדיג אינדעם און נאכדעם וואס יענער האט זיך באקומען זיין שטראף אדער עס האט זיך אויסגעקלארט אז קיינער איז נישט געווען קיין מזיד קען איך קאנסידערן עקספעטן נחמה. כעת ווייס איך נאכנישט פון וועמען צו נעמען נחמה. ווי אויפגערעגט וואלט איך געווארן אז איך זע דעם וואס איז מעגליך דער רוצח אריינקומען מיך מנחם אבל זיין ווייל, "לעת עתה ברויך מען חיזוק און נחמה.."
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3458
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך מאי 05, 2021 1:37 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:דער איד
8/10

פאזיטיווע נקודות:
מ'זעט מחשבה וויאזוי צו באריכטן די נייעס, פאסיגע ווערטער און מליצות, פרואוו צו ברענגען גוטע בילדער פון די נפטרים, א קורצע ביאָ פאר יעדן נפטר, גראפיק פון ביילאגע דעקל איז שטארק פון אלע זייטן: גוטע קאלירן, רירנד, פאסיגע ווערטער, אבער גארנישט מער צו לאזן אז דאס נישט-געזאגטע זאל אויך זאגן.

נעגאטיווע נקודות:
צוויי עדס אויפ'ן דעקל, שווארצער מעסעדזש אָן נחמה
מיך למשל שטערט פארוואס "דער איד" האט געמוזט צולייגן הינטן פונעם פעידזש וועגן דעם סאטמארער רביצען'ס פארטי? לאז דעם גאנצן פעידזש זיין געווידמעט פאר די 45 קרבנות

דאסי ווייל די פארטי גייט קאסטן נאך קרבנות.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3458
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל

Re: קאָווער ראַטעס

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך מאי 05, 2021 3:03 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:פארוואס נישט? אז איך בין א קרוב צו א נפטר און איך זע דער עולם איז זיך שוין מנחם אויף אים שטעכט עס מיר. כרגע וויל איך וויסן ווער ס'איז שולדיג אינדעם און נאכדעם וואס יענער האט זיך באקומען זיין שטראף אדער עס האט זיך אויסגעקלארט אז קיינער איז נישט געווען קיין מזיד קען איך קאנסידערן עקספעטן נחמה. כעת ווייס איך נאכנישט פון וועמען צו נעמען נחמה. ווי אויפגערעגט וואלט איך געווארן אז איך זע דעם וואס איז מעגליך דער רוצח אריינקומען מיך מנחם אבל זיין ווייל, "לעת עתה ברויך מען חיזוק און נחמה.."
שטעלט זיך ארויס אז דו ביסט טאקע לכאורה נישט קיין קרוב פאר קיין איין קרבן, א נאנטער קרוב זיכער נישט, ווייל די נאנטע קרובים האבן יעצט לגמרי אנדערע דאגות ווי ווער פונקטלעך ס'איז שולדיג, אויב עפעס זיכן זיי נחמה וואס זיי קענען נישט טרעפן, און פאר גאנץ כלל ישראל וואס זענען נישט קיין קרובים ברויכן אוודאי זוכן נחמה. דאס מיינט נישט אז מ'פארגעסט פון די טראגעדיע און פון אירע טייערע קרבנות, אבער בו בזמן זוכט מען אויך א נחמה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יהודי פשוט אום מיטוואך מאי 05, 2021 3:13 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 669
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 448 מאל

Re: קאָווער ראַטעס

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך מאי 05, 2021 3:04 pm

בכל אופן, כבוד הרב אבטולמוס, האסט גאר גוט געזאגט און אני הקטן בין מסכים מיט יעדע ווארט דיינע, דעריבער זיי ביטע ממשיך, יישר כח
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 669
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 448 מאל

הודעהדורך אלע צוזאמען » מיטוואך מאי 05, 2021 3:41 pm

אבטולמוס האט געשריבן:Ami
2/10

פאזיטיווע נקודות:
שעפעריש בילד וואס ווייזט אי די נפטרים און אי תולדות אהרן יונגעלייט אפצושפיגלען וואו די טראגעדיע איז פארגעקומען.

נעגאטיווע נקודות:
ס'איז שווער וואו אנצוהויבן וואס איז ראָנג מיט דעם דעקל. קיינער איז נישט אינטערעסירט אין קיין "עקסקלוסיווע" סקופס אלס דער מעין סטארי: ברענג דעם טרויער און ווייטאג פון כלל ישראל. דאס איז נישט דער פלאץ פאר אן אויסגאבע זיך אריינצושטעלן ווי דער מתווך צווישן גדולי ישראל און די לייענער.

איך בין מסכים מיט דיינע נקודות, אבער לגבי די ווארט ''עקסקלוסיוו'', אלע צייטונגען/מאגאזינען/וועב זייטלעך/ראדיאו שוי'ס, יעדער רעדט פון די טראגעדיע, זיי ווילן אבער די זאלסט קויפן זייער מאגאזין, דארפן זיי שרייבן עפעס וואס כאפט די אויג, און ''עקסקלוסיוו'' פונקט ווי ''ברעיקינג'' כאפן מענטשן אויף.
אלע צוזאמען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:39 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך מאי 05, 2021 6:11 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:דער איד
8/10

פאזיטיווע נקודות:
מ'זעט מחשבה וויאזוי צו באריכטן די נייעס, פאסיגע ווערטער און מליצות, פרואוו צו ברענגען גוטע בילדער פון די נפטרים, א קורצע ביאָ פאר יעדן נפטר, גראפיק פון ביילאגע דעקל איז שטארק פון אלע זייטן: גוטע קאלירן, רירנד, פאסיגע ווערטער, אבער גארנישט מער צו לאזן אז דאס נישט-געזאגטע זאל אויך זאגן.

נעגאטיווע נקודות:
צוויי עדס אויפ'ן דעקל, שווארצער מעסעדזש אָן נחמה
מיך למשל שטערט פארוואס "דער איד" האט געמוזט צולייגן הינטן פונעם פעידזש וועגן דעם סאטמארער רביצען'ס פארטי? לאז דעם גאנצן פעידזש זיין געווידמעט פאר די 45 קרבנות

כ'האב דאך דאס געשריבן.
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10549 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך מאי 05, 2021 6:12 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:לדעתי איז נאר די משפחה דעקל צו דער זאך. אויך אהן די סטעיטמענט. ס'איז צו פריה זיך צו מנחם זיין.

ברענגען בילדער און פונקטליכע דיעטילס פון די מתים איז לדעתי עקלדיג און נישט כבוד המת. די אומגליק איז די זעלבע צו ס'איז א מענטש מיט א שטריימל אדער א פאטריקאנער. בכלל, איז דאס נישט עקסלוסיוולי כלל ישראל'ס ובפרט דער חרדישער עולם'ס (און נאך אין אמעריקע) אומגליק. דאס איז א טראגעדיע ווי אלע טראגעדיעס, כאטש טאקע נענטער צום הארץ; און א צייטונג וואס באריכטעט נישט אלע אזאלכע אומגליקן אזוי פראמינענט האט נישט וואס צומאכן דאס ספעציעל. אין דער הינזיכט איז דער עמי בעסער. א צייטונג, איבערהויפט אויף די פראנט פעידזש, ברויך באריכטן טרוקענע פאקטן. אנאליזן און אביטשעריס קומען אין די ענדע. די נאכאנאנדע פאלשע אנשטעל פון אונטערנאציאנאלע חרדישע אחדות גייט שוין אויף די נערווען.

בעסער וואלט געווען ווען זיי האבן אויך אן ארטיקל צו דיבעיטן אויב דאס גאנצע מירון געפאראכטס פעלט אויס אדער זאל שוין זיין אפילו ארום די דזשענערעל קארופציע פון די צפון פאליציי.

א דאנק פאר דיין שטעלונג, אבער כ'בין גענצליך מחולק מיט כמעט יעדער שורה, חוץ פון די ווערטער וואס כ'האב מדגיש געווען.
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10549 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך מאי 05, 2021 6:14 pm

אלע צוזאמען האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:Ami
2/10

פאזיטיווע נקודות:
שעפעריש בילד וואס ווייזט אי די נפטרים און אי תולדות אהרן יונגעלייט אפצושפיגלען וואו די טראגעדיע איז פארגעקומען.

נעגאטיווע נקודות:
ס'איז שווער וואו אנצוהויבן וואס איז ראָנג מיט דעם דעקל. קיינער איז נישט אינטערעסירט אין קיין "עקסקלוסיווע" סקופס אלס דער מעין סטארי: ברענג דעם טרויער און ווייטאג פון כלל ישראל. דאס איז נישט דער פלאץ פאר אן אויסגאבע זיך אריינצושטעלן ווי דער מתווך צווישן גדולי ישראל און די לייענער.

איך בין מסכים מיט דיינע נקודות, אבער לגבי די ווארט ''עקסקלוסיוו'', אלע צייטונגען/מאגאזינען/וועב זייטלעך/ראדיאו שוי'ס, יעדער רעדט פון די טראגעדיע, זיי ווילן אבער די זאלסט קויפן זייער מאגאזין, דארפן זיי שרייבן עפעס וואס כאפט די אויג, און ''עקסקלוסיוו'' פונקט ווי ''ברעיקינג'' כאפן מענטשן אויף.

כ'האלט אבער אז ס'איז נישט פאסיג דא. די הויפט געשיכטע, דאס טויט פון 45 אחב"י, איז נישט עקסקלוסיוו פאר קיינעם -- זי באלאנגט ליידער פאר יעדן. אויב האט עמי עפעס א פרט וואס נאר זיי ווייסן עקסקלוסיוו, זאלן זיי עס שרייבן אינעווייניג. דער קאווער דארף זיין געווידמעט פאר דער אבילות המשותפת פון כלל ישראל.
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10549 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך מאי 05, 2021 6:20 pm

די צייטונג
4/10


פאזיטיווע נקודות:
רעפלעקטירט דעם צער, אפדעיטעד בילד פון הבחור החשוב יוסף טויבער ז"ל

נעגאטיווע נקודות:
די קאווערס קוקן אויס ווי מינוטן פאר'ן גיין צום דרוק האט זיך איינער געכאפט, "נו, מ'דארף דאך מאכן א קאווער אויך." און ביז עטליכע מינוט האט מען עפעס צונויפגעשטעלט אן קיין טעם און אן קיין שום שעפערישקייט. חוץ מזה איז ממש מיאוס א ווילדער פראסטער אנאנס וואס נעמט אויף א דריטל פונעם קאווער, און איז אינגאנצן נישט אום פלאץ מיט די ביטערע נייעס.
בייגעלייגטע פיילס
15.jpg
16.jpg
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10549 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך מאי 05, 2021 6:28 pm

דער בלאט
6/10

פאזיטיווע נקודות:
מ'זעט מחשבה וויאזוי צו באריכטן די נייעס, פאסיגע ווערטער און פסוקים, פרואוו צו ברענגען גוטע בילדער פון די נפטרים, א פאסיגן 'ווייב' פון טרויער, די בילדער פון די נפטרים זענען שיין אויסגעשטעלט געקעסטלט אן קיינע ליידיגע ערטער.

נעגאטיווע נקודות:
אנטי-ציוניסטישע פראפאגאנדע, דעקל פון ביילאגע איז זייער פשוט אן קיין שום שעפערישקייט, און יש לומר אז דער זייטוועגס קעפל איז נישט פאסיג פאר אזא ביטערער ביילאגע, עד פון אויבן.
בייגעלייגטע פיילס
17.jpg
18.jpg
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10549 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך מאי 05, 2021 6:33 pm

בקהילה
8/10


פאזיטיווע נקודות:
ברענגט אריין אינעם ביטערן מצב, געדאנק וואס איז 'אנדערש' און שעפעריש, מיט ווייניג ווערטער וואס זאגן אסאך, פאזיטיווע מעסעדזש פון תשובה.

נעגאטיווע נקודות:
באציט זיך נישט דירעקט צו די קרבנות, און איז צו טונקל.
בייגעלייגטע פיילס
19.jpg
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10549 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך מאי 05, 2021 6:36 pm

בחצרות סאטמאר
2/10


פאזיטיווע נקודות:
שעפערישקייט אין דעם ווארט "מירון", נישט גענצליך איגנארירט די שרעקליכע טראגעדיע.

נעגאטיווע נקודות:
עיי' שם.
בייגעלייגטע פיילס
20.jpg
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10549 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך מאי 05, 2021 6:40 pm

משפחה
10/10


פאזיטיווע נקודות:
פערפעקטער באלאנץ פון קאלירן, גראפיק, טעקסט, און שעפערישקייט, וואס שפיגלט אפ אין צוויי ווערטער דעם טרויער און אמונה פון כלל ישראל.
בייגעלייגטע פיילס
21.jpeg
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10549 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך מאי 05, 2021 6:47 pm

מאמענט
9/10


פאזיטיווע נקודות:
למען האמת וואלט איך געגעבן פאר'ן מאמענט אן אכטער, אבער אזויווי כ'האב שוין געגעבן פאר "דער איד" אן 8, מוז איך געבן פאר'ן מאמענט העכער פון דעם. כמעט פערפעקטער באלאנץ פון קאלירן און גראפיק וואס סיי געבן איבער דעם חשכות פונעם שרעקליכן מצב, און סיי א שטיקל אור בחושך, א ליכטל וואס באשיינט די הייליגע פנימ'ער פון די נפטרים וועמענ'ס לעבנס ווערן דא צעלעברירט. "הילולא ויללה" איז אויך אייגנארטיג און 'אנדערש', און מ'זעט אז מ'האט נישט סתם ארויסגענומען אלטע קלישעיס פון די זאפאסן.

נעגאטיווע נקודות:
כ'גלייך נישט אז דאס קעפל איז רונדיג -- ס'שפירט מיר עפעס נישט טרויעריג, מ'זעט נישט די פנימ'ער פון אלע נפטרים, צופיל ווערטער פאר מיין געשמאק, אנאנס פאר דער אנדערער אפטיילונג האט נישט אויסגעפעלט דא.
בייגעלייגטע פיילס
22.jpg
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10549 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מיטוואך מאי 05, 2021 6:50 pm

רימון האט געשריבן:דער איד: שוידערליכע טראגעדיע וכו' איז ווערטער וואס מ'קען נוצן אויף יעדע טראגעדיע, און שבת משוש לבנו איז אויף יעדע יו"ט טראגעדיע. וירב בים תאניה ואניה איז נאך א קלישעי אבילות פסוק וואס מ'האט גענומט ביי לייבי קלעצקי ווייל ס'האט כאטשיג די ווארט יהודה, אבער דא האט עס נישט קיין באזונדערע מיינונג ווי סתם א פסוק פון טרויער. אלע טעקסט אינאיינעם ברענגען נישט ארויס די מאנסטערישע גרויסקייט פון דער טראגעדיע וואס איז פשוט עפעס וואס דער מח קען נישט באגרייפן און עפעס וואס איז נאך קיינמאל געווען. דער בלאט האט עס יא באוויזן צו אילוסטרירן מיט'ן נוצן דאס ווארט "אומבאגרייפליכע טראגעדיע".

דער איד האט באקומען אסאך קרעדיט ספעציעל פאר דעם ביילאגע דעקל.
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10549 מאל

נעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט