מיאוסע ראסיזם אין היימישע צייטונג

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 22, 2021 12:38 am

מען מישט צוזאם הודו מיט כוש דא...

זעהן די שלעכטס אין א "קולטור", איז הימל און ערד פון אנקוקן שלעכט א "ראסע".

די שווארצע "ראסע" איז בכלל נישט די אישו דא, די אישו איז זייער "קולטור".
איי פארוואס רופט מען עס "שווארצע" קולטור? ווייל דאס איז די קולטור פון "רוב" שווארצע היינט. גענוי ווי די "היימישע" קולטור איז נאר די קולטור פון "רוב" היימישע.

און איה"נ ווען איינער ברענגט ארויס א שלעכטע נקודה פון די היימישע קולטור ווייזט עס בכלל נישט אויף פיינטשאפט צו היימישע אידן בככליות.

(פארשטייט זיך, ווען א צייטונג איז ביזי טאג און נאכט ארויסברענגען אלע שלעכטע זיטן נאר פון איין ספעציפישע קולטור קען דאס אנדייטן פיינטשאפט וכדומה, אבער נישט דאס איז די מדובר דא).
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 656
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 495 מאל

הודעהדורך yatzmachp » דינסטאג יוני 22, 2021 12:43 am

אויף די ארטיקל אינעם ניו יארק פאוסט קען מען זייער פשוט. דער אנטיסעמיט האט געטראפן נאך א סיבה פיינט צו האבן דעם איד. איינס ווייל דער איד איז א איד, צווייטנס ווייל דער איז א ראסיסט. איינס פארענטפערט דעם צווייטן.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 22, 2021 12:54 am

ליעב צו וויסן: דו ביסט גערעכט. כדי צו פארשטיין א ביסל בעסער וואס די שווארצע קולטור מיינט. איז כדאי צו ליינען דעם בוך וואס דער זייער טאלאנטירטער און פריצייטיג פארשטארבענער פיהרער פון די אפרא-אמעריקאנער געמיינדע מאלקאלם עקס האט געשריבן. דער בוך הייסט...The Autobiography of Malcolm X"...! דארט פארציילט ער אז ער איז אויפגעוואקסן אזוי ווי א טיפיקל (עוורידזש) שווארצער איינוואוינער פון די געטאס. וואס זייערע העלדן זענען די דראג דילערס און גענג מעמבערס.. ביז ער איז אנגעקומען אין תפיסה. דארט האט ער זיך ערשט גענומען ליינען און אינטרעסירן א ביסל איבער די וועלט. און אמעריקאנער סאסייעטי. ביז ער איז געווארן זייער א געבילדעטער מענטש. און ער האט (נאכדעם וואס ער איז ארויסגעקומען פון תפיסה) זיך אפגעלאזט פון קריים. און ער האט באמת געוואלט אויפהייבן דעם עקאנאמישן און מאראלישן מצב פון זיין פאלק. נאר ער איז ליידער פריצייטיג פארשניטן געווארן דורך דעם ארכי שונא ישראל און מערדער לואיס פארראקהאן, ימ"ש...! וועלכער האט געשיקט צוויי רוצחים אז זיי זאללן איהם דערשיסן ווען ער האט געהאלטן אינמיטן א ראללי לטובת די שווארצע באפעלקערונג אין הארלעם. אין יאר 1965. ווען דארט אויפ'ן סטעידזש זענען אויך געווען זיין ווייב און זיינע קליינע קינדער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14804
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17011 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9668 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג יוני 22, 2021 12:56 am

מ'האלט שוין ביי הונדערט רעאקציעס און עס האט נאך קיין איין ניק נישט בארעכטיגט דער טעלער, טויב, מרגליות. אבער פילע ניקס וואס האלטן זיך פאר נאבעלע פארשוינען וואס זוכן נאר שלום האבן יא בארעכטיגט די אביזריהן דרציחה פון אפאר 'אידן האַסער' וואס זייער אגענדע איז אינגאנצן נישט צו העלפן די באקריוודע שחורים!!

איך האב פריער געזען אבטולמוס זאל רופן מאנכע דא ראסיסטישע ניקס. ווער דא איז געווען ראסיסטיש חוץ פון ער מיט זיינע אידעלאגישע קאלעגעס?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג יוני 22, 2021 1:11 am

קורקלענד האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:טאקע נישט אזוי שיין. אבער איך מיין אז מ'טרייבט איבער. ס'נישט די ראסיזם וואס די פסוק האט געמיינט.

וואס איז די שיעור ראסיזם וואס דער פסוק האט יא געמיינט?

אפשר איז דאס די זעלבע שיעור פון אנטיסעמיטיזם וואס מיר זענען יא סובל?

דאס אמאל איז זיכער אז ס'איז פיל שוואכערע ראסיזם ווי די אלגעמיינע שווארצע אנטיסעמיטיזם.

ביטע ווייזט מיר וואס פאר א פראקטישע נעגאטיווע אפעקט אונזער לאנגיעריגע א.ג. ראסיזם האט געהאט אויף די שווארצע. און דערנאך לאמיר עס פארגלייכן מיט וואספארא אפעקט שווארצע אנטיסעמיטיזם האט געהאט אויף די אידן.

די שיעור אנטיסעמיטיזם וואס אונז זעמער גערן סובל איז די וואס האבן אזא פראקטישע אפעקט ווי אונדזער א.ג. ראסיזם.

דו פראקטישע נעגיטיווע עפעקט איז אז אונזער פרויען און קינדער האבן א נישט ריעליסטישע שרעק און איינזאמקייט צי דו וועלט ארום זיי. ס'איז נישט געזינט. אַ קלייני דוגמא איז דו שרעק צי הינט וואס מיר האבן. ס'וואלט געקענט אויפבויען אזויפיל קינדער ער און געבען סיפוק פאר ערוואקסענע.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3828
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4845 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1922 מאל

Re: מיאוסע ראסיזם אין היימישע צייטונג

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג יוני 22, 2021 2:08 am

ליב צו וויסן האט געשריבן:Slum areas..... ווער מאכט עס פאר Slum areas??
פארוואס ווען אידן וואונען צוזאמגעשטופט אין ניו סקווער און מאה שערים הייסט עס נישט א Slum area??
פארוואס הונדערט פופציג יאר נאך Slavery און 60 יאר נאך Jim crow האבן זיי זיך נישט אויפגעהויבן??
פארוואס אידן וואס זענען דורך א Holocaust גיבן נישט ארויס Slum areas???

ולסיום, וואס פונקטליך איז דיין ציל מיטן פארטיידיגן א מיעוס'ן און עקלהאפטיגן חינוך סיסטעם?
און פארוואס טרעפסטו נישט די אלע שיינע תירוצים ווען ס'קומט צו מענער און סעקסועל הערעסמענט??
די שווארצע חינוך סיסטעם איז נישט זייער אייגענע, זיי שיקן אין פאבליק סקולס וואס ווערן קאנטראלירט דורך די גאווערמענט, וואס ווערט קאנטראלירט דורך די מעדזשאריטי.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 638 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

הודעהדורך אלע צוזאמען » דינסטאג יוני 22, 2021 2:21 am

אונטער חכם האט געשריבן:

די שווארצע וועהלן אריין זייערע אייגענע מענטשן צו פירערשאפט פאזיציעס, סא ס'איז ווייטער שווארצע וואס פירן די פובליק סקול'ס אין זייערע געגנטער, און רוב פעלער.
אלע צוזאמען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 170
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:39 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

Re: מיאוסע ראסיזם אין היימישע צייטונג

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג יוני 22, 2021 2:25 am

אלע צוזאמען האט געשריבן:

איך מיין אז עס איז נישט אמת, צב''ש אין ניו יארק סיטי ווערט דער סיסטעם געפירט דורך די סיטי עדיוקעישן דעפארטמענט, קען זיין אין שווארצע געגנטער זענען דא שווארצע פרינציפעלס וכדומה, אבער דער סיסטעם ווערט געפירט פון די סיטי גאווערמענט.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 638 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 22, 2021 7:28 am

berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: דו ביסט גערעכט. כדי צו פארשטיין א ביסל בעסער וואס די שווארצע קולטור מיינט. איז כדאי צו ליינען דעם בוך וואס דער זייער טאלאנטירטער און פריצייטיג פארשטארבענער פיהרער פון די אפרא-אמעריקאנער געמיינדע מאלקאלם עקס האט געשריבן. דער בוך הייסט...The Autobiography of Malcolm X"...! דארט פארציילט ער אז ער איז אויפגעוואקסן אזוי ווי א טיפיקל (עוורידזש) שווארצער איינוואוינער פון די געטאס. וואס זייערע העלדן זענען די דראג דילערס און גענג מעמבערס.. ביז ער איז אנגעקומען אין תפיסה. דארט האט ער זיך ערשט גענומען ליינען און אינטרעסירן א ביסל איבער די וועלט. און אמעריקאנער סאסייעטי. ביז ער איז געווארן זייער א געבילדעטער מענטש. און ער האט (נאכדעם וואס ער איז ארויסגעקומען פון תפיסה) זיך אפגעלאזט פון קריים. און ער האט באמת געוואלט אויפהייבן דעם עקאנאמישן און מאראלישן מצב פון זיין פאלק. נאר ער איז ליידער פריצייטיג פארשניטן געווארן דורך דעם ארכי שונא ישראל און מערדער לואיס פארראקהאן, ימ"ש...! וועלכער האט געשיקט צוויי רוצחים אז זיי זאללן איהם דערשיסן ווען ער האט געהאלטן אינמיטן א ראללי לטובת די שווארצע באפעלקערונג אין הארלעם. אין יאר 1965. ווען דארט אויפ'ן סטעידזש זענען אויך געווען זיין ווייב און זיינע קליינע קינדער...!

די בוך Black rednecks & White liberals פון Thomas sowell (יא, א שווארצער..) איז גאר לערנבאר אין די Subject.
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 656
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 495 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 22, 2021 8:05 am

אונטער חכם האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:Slum areas..... ווער מאכט עס פאר Slum areas??
פארוואס ווען אידן וואונען צוזאמגעשטופט אין ניו סקווער און מאה שערים הייסט עס נישט א Slum area??
פארוואס הונדערט פופציג יאר נאך Slavery און 60 יאר נאך Jim crow האבן זיי זיך נישט אויפגעהויבן??
פארוואס אידן וואס זענען דורך א Holocaust גיבן נישט ארויס Slum areas???

ולסיום, וואס פונקטליך איז דיין ציל מיטן פארטיידיגן א מיעוס'ן און עקלהאפטיגן חינוך סיסטעם?
און פארוואס טרעפסטו נישט די אלע שיינע תירוצים ווען ס'קומט צו מענער און סעקסועל הערעסמענט??
די שווארצע חינוך סיסטעם איז נישט זייער אייגענע, זיי שיקן אין פאבליק סקולס וואס ווערן קאנטראלירט דורך די גאווערמענט, וואס ווערט קאנטראלירט דורך די מעדזשאריטי.

1. די שווארצע "קולטור" (אדער ווי Thomas sowell וואלט געזאגט: די אמאליגע "Redneck" קולטור..) קוקט ארויף אויף פיזישע שטארקייט אפילו ווען ס'קומט מיט Violence.
2. זייער קולטור איז "זייער" ראסיסטיש (רעדן קעגן די ווייסע ראסע וכד' איז פון די נארמאלסטע זאכן, און ווערט "בכלל נישט" פארדאמט).
3. זייער קולטור קוקט ארויף פיל מער פיזישע שטארקייט ווי איידער Brain power (פארוואס טאקע זענען שווארצע אזוי איבערוויגנד אין די ספארטס און נישט אין R&D..?)
4. די וויקטים-הוד קולטור, וואס ווערט נאר ערגער און ערגער, איז גורם אז מען זאל בכלל נישט זוכן זיך צו פארעכטן..

א קולטור ווערט אריינגעפרעגלט דורך עלטערן אינדערהיים, די סביבה, און די חינוך סיסטעם "וואס פייט עס נישט".
און ליידער יא, די Majority וואס וואטוען אין די School districts זענען טאקע נישט אינטערסירט אז מען זאל פייטן די קולטור. זיי האלטן ווי בת קול וכדומה, אז ס'איז בכלל נישט פארהאן קיין פראבלעם, און אדרבה זאגן אז יא נעמט זיך פון ראסיזם.

און דא קומט די Funny part..
אין פערזענדליכע Interactions מיט שווארצע איניווידועלן (וואס פאסירט גאנץ אפט..) בין איך זייער פריינטליך און רעספעקטפול, און כ'פיל א שטארקע מיטגעפיל אויף זייער גורל.
און מיין האס צו די לינקע מהלך המחשבה, קומט אין גרויס טייל צוליב מיין מיינונג, אז זיי (מיט זייער Virtue signaling), זענען א דירעקטע גורם צו די סיבה אז די שווארצע קולטור טוישט זיך נישט.
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 656
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 495 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג יוני 22, 2021 9:06 am

ליב צו וויסן האט געשריבן:מען מישט צוזאם הודו מיט כוש דא...

זעהן די שלעכטס אין א "קולטור", איז הימל און ערד פון אנקוקן שלעכט א "ראסע".

די שווארצע "ראסע" איז בכלל נישט די אישו דא, די אישו איז זייער "קולטור".
איי פארוואס רופט מען עס "שווארצע" קולטור? ווייל דאס איז די קולטור פון "רוב" שווארצע היינט. גענוי ווי די "היימישע" קולטור איז נאר די קולטור פון "רוב" היימישע.

און איה"נ ווען איינער ברענגט ארויס א שלעכטע נקודה פון די היימישע קולטור ווייזט עס בכלל נישט אויף פיינטשאפט צו היימישע אידן בככליות.

(פארשטייט זיך, ווען א צייטונג איז ביזי טאג און נאכט ארויסברענגען אלע שלעכטע זיטן נאר פון איין ספעציפישע קולטור קען דאס אנדייטן פיינטשאפט וכדומה, אבער נישט דאס איז די מדובר דא).

טעלער איז ביזי דערמיט טאג און נאכט, ס'איז נישט דאס ערשטע מאל ער איז אויפן אגענדע דערפאר, מ'קען ארויסברענגען שלעכטע זיטן פון א קולטור אן נוצן די אלע נידעריגע אומפאסענדע לשונות וואס באלאנגט נישט אין קיין אידישע צייטונג אפילו ס'וואלט נישט געווען ראסיסיטיש.

וואס איז געווען דער ציל דערפון? זיין טעזע איז בכלל נישט געווען שווארצע, ער ברענגט דאס בדרך אגב, וואס וואלט געפעלט פון זיין מעסעדש אויב ער וואלט נישט אריינגעמישט זיינע העסליכע לשונות.. גיב א קוק ווי אזוי ער שרייבט קעגן בנט און ביבי! אזוי רעדט מען? זיי האבן אים אמאל א חמור אוועקגענומען?

ער באלאנגט נישט אין די ביזנעס פון פארטרעטן א ציבור און דער בלאט ווייסט דאס און קערט נישט. דאס איז די אישו
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3013
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3793 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4434 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 am

יעדער דא האלט אז דעס איז א פּרבאַבּלעם, אזוי ווי מאטי. די שאלה איז וויאזוי זיך צו באגיין מיט דער פראבלעם. לויפן צו די פאוסט? אריינשיקן בריוון צו דער בלאט? וכו' וכו'

לדעתי, ווען ס'זאלן ווען צוואנציג דרייסיג אידן שיקן בריוו אדער אריינרופן אין אפיס, אדער זעהן אז מער ארויפגעקוקטע אידן זאלן עס פארלאנגן וואלט עס מתקן געווען די פראבלעם. ווידעראום די רציחה'דיגע און שלעכטע מהלך וואס יענער האט אונטערגענומען מיטן לויפן צו די גויאישע פרעסע וועט קלאר 'נישט' מתקן זיין די פראבלעם.

דערפאר בין איך געקומען צו דער החלטה אז די וואס כלומרשט באדערט זיי די ראסיזם זענען סטאם ליגנערס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג יוני 22, 2021 9:54 am

אונטער חכם האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:Slum areas..... ווער מאכט עס פאר Slum areas??
פארוואס ווען אידן וואונען צוזאמגעשטופט אין ניו סקווער און מאה שערים הייסט עס נישט א Slum area??
פארוואס הונדערט פופציג יאר נאך Slavery און 60 יאר נאך Jim crow האבן זיי זיך נישט אויפגעהויבן??
פארוואס אידן וואס זענען דורך א Holocaust גיבן נישט ארויס Slum areas???

ולסיום, וואס פונקטליך איז דיין ציל מיטן פארטיידיגן א מיעוס'ן און עקלהאפטיגן חינוך סיסטעם?
און פארוואס טרעפסטו נישט די אלע שיינע תירוצים ווען ס'קומט צו מענער און סעקסועל הערעסמענט??
די שווארצע חינוך סיסטעם איז נישט זייער אייגענע, זיי שיקן אין פאבליק סקולס וואס ווערן קאנטראלירט דורך די גאווערמענט, וואס ווערט קאנטראלירט דורך די מעדזשאריטי.

גערעכט.
איך האב דאס שוין אויבען געשריבן די ליבערעלס און די שווארצע פירערעס האבן אן אינטערעסע דאס די מענארעטי זאל זיך שפירן סעקענד-קלעס און באקריוועדעד
אזוי קימען זיי אריין אין שפיל אלס די רעטער...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1317 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג יוני 22, 2021 10:09 am

מאטי האט געשריבן:ראסיזם איז לאו דוקא געוואנדן צו די פאקטן אונטער די פראקלאמאציע איז אמת צו נישט.
ס'איז אמת אז לעת עתה פּלאגט זיך די שווארצע באפעלקערונג מיט א העכערע מאס וויילענס, שוואכערע עדיוקעישן
...

אנדער האלטן מען דארף פוילן ביי זיך צי גלייבן אז ס'איז נישט אמת!!!

מען ברויך זיך פארמאכן די אויגן און האלט און איין חזרן ניין ניין!! ס'איז נישט אמת! די שווארצע האבן נישט א העכערע מאס וויילענס!!
און אויב האסטו נאך אלץ א ספק איז דאס ווייל דו ביסט ווייס און א יעדער וואס איז א חלק פין די וואסע ראסע ווערט געבוירן א ראסיט און ס'איז א לעבענס סטראגעל דאס אויסצירייסן פין זיך
און טאקע נישט מורא האבן אין עלעוועטער...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דינסטאג יוני 22, 2021 10:12 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1317 מאל

הודעהדורך אלע צוזאמען » דינסטאג יוני 22, 2021 10:11 am

1. די שווארצע "קולטור" (אדער ווי Thomas sowell וואלט געזאגט: די אמאליגע "Redneck" קולטור..) קוקט ארויף אויף פיזישע שטארקייט אפילו ווען ס'קומט מיט Violence.
2. זייער קולטור איז "זייער" ראסיסטיש (רעדן קעגן די ווייסע ראסע וכד' איז פון די נארמאלסטע זאכן, און ווערט "בכלל נישט" פארדאמט).
3. זייער קולטור קוקט ארויף פיל מער פיזישע שטארקייט ווי איידער Brain power (פארוואס טאקע זענען שווארצע אזוי איבערוויגנד אין די ספארטס און נישט אין R&D..?)
4. די וויקטים-הוד קולטור, וואס ווערט נאר ערגער און ערגער, איז גורם אז מען זאל בכלל נישט זוכן זיך צו פארעכטן..

א קולטור ווערט אריינגעפרעגלט דורך עלטערן אינדערהיים, די סביבה, און די חינוך סיסטעם "וואס פייט עס נישט".
און ליידער יא, די Majority וואס וואטוען אין די School districts זענען טאקע נישט אינטערסירט אז מען זאל פייטן די קולטור. זיי האלטן ווי בת קול וכדומה, אז ס'איז בכלל נישט פארהאן קיין פראבלעם, און אדרבה זאגן אז יא נעמט זיך פון ראסיזם.
.

די חרדישע שווארצע רעפער ניסים בלעק, האט אין עטליכע אינטערוויו'ס שטארק ארומגערעדט פון פונקט 1&3, ער זאגט למשל אז די פובליק סקול ווי ער האט געלערנט אלס קינד, איז געווען פון די סאמע לעצטע צו באקומען לערן ביכער, ביי די אנהייב פון די יאר, אבער די ערשטע צו באקומען אלע נויטיגע צוגעהערן פאר די ספארטס, און פאר די שפילערייען האבן זיי באקומען די נייעסטע און מאדערענסטע, אבער די בוקס האבן זיי טיילמאל באקומען די פאר-יעריגע און אלטע.
אלע צוזאמען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 170
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:39 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » דינסטאג יוני 22, 2021 10:39 am

דער ארטיקל פון טעלער איז שוין געווען צוויי וואכן צוריק אינעם בלאט, און איז דערנאך געווען פארשפרייט אין אלע בתי מדרשים, ואין פוצה פה ומצפצף. דער פראבלעם איז נישט טעלער אליין, נאר אז ראסיזם ווערט נישט געזען ביי א גרויס חלק פון אונזער ציבור ווי א גרויסער פראבלעם אז מ'זאל זיך עפעס אנרופן דערויף.

און טעלער אליין איז דאך כידוע א רעפּיעט אפענדער. דער וועקער האט פאראיאר געווידמעט א גאנצן ארטיקל אויף זיין שנאה און ראסיזם. אנשטאט דער בלאט זאל פרובירן צו טוישן, און אנשטאט טעלער זאל זיך עפעס לערנען האט ער טראציג געענטפערט אז ער טוישט גארנישט, און איז ווידער אנגעגאנגען מיט זיין גרויליגע שפראך. טעלער און דער בלאט זענען נישט קיין אומשולדיגע שעפעלעך מיט א פליטת הקולמוס.
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10612 מאל

הודעהדורך real fake news » דינסטאג יוני 22, 2021 11:17 am

אלע צוזאמען האט געשריבן:די חרדישע שווארצע רעפער ניסים בלעק, האט אין עטליכע אינטערוויו'ס שטארק ארומגערעדט פון פונקט 1&3, ער זאגט למשל אז די פובליק סקול ווי ער האט געלערנט אלס קינד, איז געווען פון די סאמע לעצטע צו באקומען לערן ביכער, ביי די אנהייב פון די יאר, אבער די ערשטע צו באקומען אלע נויטיגע צוגעהערן פאר די ספארטס, און פאר די שפילערייען האבן זיי באקומען די נייעסטע און מאדערענסטע, אבער די בוקס האבן זיי טיילמאל באקומען די פאר-יעריגע און אלטע.

לויט ווי איך געדענק רעדט ער דארט פון די (סיסטעמיק רעיסיזם) וואס איז דא אין די עדיוקעישען דיפארטמענט,
אז אין די שווארצע סקול דיסטריקטס אינוועסט מען נאר אין ספארטס וכו׳
בשעת וואס זיי באקומען נישט קיין געהעריגע פאנדינג פאר רעגולער עדיוקעישען.
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג יוני 22, 2021 11:20 am

אבטולמוס האט געשריבן:דער ארטיקל פון טעלער איז שוין געווען צוויי וואכן צוריק אינעם בלאט, און איז דערנאך געווען פארשפרייט אין אלע בתי מדרשים, ואין פוצה פה ומצפצף. דער פראבלעם איז נישט טעלער אליין, נאר אז ראסיזם ווערט נישט געזען ביי א גרויס חלק פון אונזער ציבור ווי א גרויסער פראבלעם אז מ'זאל זיך עפעס אנרופן דערויף.

און טעלער אליין איז דאך כידוע א רעפּיעט אפענדער. דער וועקער האט פאראיאר געווידמעט א גאנצן ארטיקל אויף זיין שנאה און ראסיזם. אנשטאט דער בלאט זאל פרובירן צו טוישן, און אנשטאט טעלער זאל זיך עפעס לערנען האט ער טראציג געענטפערט אז ער טוישט גארנישט, און איז ווידער אנגעגאנגען מיט זיין גרויליגע שפראך. טעלער און דער בלאט זענען נישט קיין אומשולדיגע שעפעלעך מיט א פליטת הקולמוס.

יעדער דא פארשטייט די פראבלעם. די שאלה איז וואס איז די ריכטיגע לעזונג, און צו מ'האט שוין פרובירט לייכטערע מעטאדעס צו ברענגען טויש. איר האט נישט קיין פראבלעם מיט א מעטאדע וואס פארעכט נישט די פראבלעם אבער איז גורם רציחה קעגן אייך און אייערע ברידער. אויב באדערט אייך עס אזוי שטארק דעמאלט וואלט איר געזאלט עפענען א אשכול וועגן די ארטיקל און אנפרעגן די עולם פאר פראקטישע אידייען וויאזוי עס צו מתקן זיין. אבער דערווייל איז די איינציגסטע מיטל וואס איר שטיצט די זעלבע מיטל וואס איר באשולדיגט יענער אויף נאר ביי אייך איז עס נאך נעקסט לעוועל אויך. סיי איר שיסט זיך און די אייגענע ברידער, און איר נעמט א ווייאלענט שטאנד.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 22, 2021 12:55 pm

מאטי האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:מען מישט צוזאם הודו מיט כוש דא...

זעהן די שלעכטס אין א "קולטור", איז הימל און ערד פון אנקוקן שלעכט א "ראסע".

די שווארצע "ראסע" איז בכלל נישט די אישו דא, די אישו איז זייער "קולטור".
איי פארוואס רופט מען עס "שווארצע" קולטור? ווייל דאס איז די קולטור פון "רוב" שווארצע היינט. גענוי ווי די "היימישע" קולטור איז נאר די קולטור פון "רוב" היימישע.

און איה"נ ווען איינער ברענגט ארויס א שלעכטע נקודה פון די היימישע קולטור ווייזט עס בכלל נישט אויף פיינטשאפט צו היימישע אידן בככליות.

(פארשטייט זיך, ווען א צייטונג איז ביזי טאג און נאכט ארויסברענגען אלע שלעכטע זיטן נאר פון איין ספעציפישע קולטור קען דאס אנדייטן פיינטשאפט וכדומה, אבער נישט דאס איז די מדובר דא).

מ'קען ארויסברענגען שלעכטע זיטן פון א קולטור אן נוצן די אלע נידעריגע אומפאסענדע לשונות וואס באלאנגט נישט אין קיין אידישע צייטונג אפילו ס'וואלט נישט געווען ראסיסיטיש.

וואס איז געווען דער ציל דערפון? זיין טעזע איז בכלל נישט געווען שווארצע, ער ברענגט דאס בדרך אגב, וואס וואלט געפעלט פון זיין מעסעדש אויב ער וואלט נישט אריינגעמישט זיינע העסליכע לשונות.. גיב א קוק ווי אזוי ער שרייבט קעגן בנט און ביבי! אזוי רעדט מען? זיי האבן אים אמאל א חמור אוועקגענומען?

איך Agree.
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 656
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 495 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 22, 2021 12:59 pm

real fake news האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:די חרדישע שווארצע רעפער ניסים בלעק, האט אין עטליכע אינטערוויו'ס שטארק ארומגערעדט פון פונקט 1&3, ער זאגט למשל אז די פובליק סקול ווי ער האט געלערנט אלס קינד, איז געווען פון די סאמע לעצטע צו באקומען לערן ביכער, ביי די אנהייב פון די יאר, אבער די ערשטע צו באקומען אלע נויטיגע צוגעהערן פאר די ספארטס, און פאר די שפילערייען האבן זיי באקומען די נייעסטע און מאדערענסטע, אבער די בוקס האבן זיי טיילמאל באקומען די פאר-יעריגע און אלטע.

לויט ווי איך געדענק רעדט ער דארט פון די (סיסטעמיק רעיסיזם) וואס איז דא אין די עדיוקעישען דיפארטמענט,
אז אין די שווארצע סקול דיסטריקטס אינוועסט מען נאר אין ספארטס וכו׳
בשעת וואס זיי באקומען נישט קיין געהעריגע פאנדינג פאר רעגולער עדיוקעישען.

אוודאי, די שווארצע סקול דיסטריקטס בעטן זיך בתחנונים פאר נייע בוקס ווי איידער געלט פאר ספארטס, נאר די רשעות'דיגע עדיוקעישן דעפארטמענט (אנגעפאקט מיט לינקע דעמאקראטן..) זאגט ניין!!
:lol:
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 656
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 495 מאל

Re: מיאוסע ראסיזם אין היימישע צייטונג

הודעהדורך תוהו ובוהו » דינסטאג יוני 22, 2021 2:27 pm

ווי איך פארשטיי רעדט מען זיך נישט צונויף, יעדער מיינט אן אנדערע נקודה, און זאגט אז יעדער איז מסכים דערצו.

ס'איז געזאגט געווארן דא פארשידענע מהלכים:
א) ס'נישט דא קיין ראסיזם בכלל ביי אונז, ווייל אונז האבן פשוט מורא פון שווארצע, בעיסט אויף זייערע קריים נומערן (קורקלענד בחלק מתגובותיו, ועוד)

ב) ס'איז דא עטוואס ראסיזם ביי אונז, אבער ס'איז א קליינע (מינדערוויכטיגע?) פראבלעם ווייל ס'נישט 'עכט' ראסיזם ווייל ס'טייטשט זיך נישט אויס צו מעשים (קורקלענד בחלק מתגובותיו, פידלער)

ג) ס'איז מעגליך א שטארקע פראבלעם, אבער גיין צו די מידיא איז נישט די לעזונג, און איז נאר גורם שלעכטס. (קורקלענד)

ד) ברענגן ארויס אנטריסטונג אז אין א היינטיגע לינקע וועלט נאר זאגן מיטן מויל אז געוויסע קאמיונעטי'ס מוטשען זיך מיט פראבלעמען מער ווי אנדערע, קענסטו שוין ווערן באטיטלט א ראסיסט. (הקטן, ליב צו וויסן, פידלער)

יעצט מ'דארף קענעם זעהן נויאנסן אין יענעמ'ס תגובות אויכעט, ווען איינער זאגט אז אונז פלאגן זיך מיט ראסיזם, מוז נישט בהכרח מיינען אז ער האלט גיין צו די מידיע איז א לעזונג. אן ווען איינער רעדט זיך אפ אויף 4, מיינט נישט אז ער בארעכטיגט ראסיזם אדער האלט אז פלאג מיר זיך נישט מיט ראסיזם.

איך פערזענדליך האלט;
אויף א': שקר.
אויף ב': ס'טייטשט זיך יא אויס אויף באנעהמונג און מעשים, און אפילו ווען נישט, איז עס א פונקט אזא פראבלעם.
אויף ג': קען זיין, כ'נעם נישט קיין שטעלונג.
אויף ד': מסכים.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תוהו ובוהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 22, 2021 2:52 pm

אלע צוזאמען האט געשריבן:"There is nothing more painful to me at this stage in my life than to walk down the street and hear footsteps and start thinking about robbery. Then (I) look around and see someone white and feel relieved."
ווייסט ווער ס'האט דאס געזאגט? די באקאנטע שווארצע אקטיוויסט 'דזשעסי דזשעקסאן'!!
אלזא ס'נישט קיין ''אידישע זאך'' צו מורא האבן פון א שווארצע יונג, און ניין, מ'ווערט נישט קיין ראסיסט פארן מורא האבן צו פארן אין אן עלעוועטאר מיט א שווארצער,

אלע צוזאמען: בהקשר מיט דעם וואס דו פארציילסט דא האביך מיך דערמאנט א מעשה.

ס'איז דא א זינגער פון קאנטרי מיוזיק און ראק. אן אפרא אמערייקאנער. ער איז זייער שטארק פאפולאר. (איך קען מיך אויף די רגע נישט דערמאנען זיין נאמען. ווען כ'עלל וויסן וועלל איך עס אריינלייגן.).

פארציילט ער אויף זיך כמאה עדים. אז מיט בערך 20 יאר צוריק איז ער געווען אין פילאדעלפיע אין א בילדינג. דארט אין עלעוועיטער איז געווען א אידישע קאפל. ווען זיי האבן געזעהן דעם (אומבאקאנטן) שווארצן אריינקומען אין עלעוועיטער האבן זיי ..."אוועקגעציטערט" ער האט דאס באמערקט.האט ער גענומען שפיעלן אויף זייערע פיעלינגס פון פחד. ער האט א יעדע פאר סעקונדס געקוקט מיט א געמאכטן שטרענג פנים. און די אידישע קאפל האבן געפערליך אוועקגעפחדנ'ט. אזוי פארציילט ער מיט אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע הנאה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14804
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17011 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9668 מאל

הודעהדורך real fake news » דינסטאג יוני 22, 2021 4:47 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:די חרדישע שווארצע רעפער ניסים בלעק, האט אין עטליכע אינטערוויו'ס שטארק ארומגערעדט פון פונקט 1&3, ער זאגט למשל אז די פובליק סקול ווי ער האט געלערנט אלס קינד, איז געווען פון די סאמע לעצטע צו באקומען לערן ביכער, ביי די אנהייב פון די יאר, אבער די ערשטע צו באקומען אלע נויטיגע צוגעהערן פאר די ספארטס, און פאר די שפילערייען האבן זיי באקומען די נייעסטע און מאדערענסטע, אבער די בוקס האבן זיי טיילמאל באקומען די פאר-יעריגע און אלטע.

לויט ווי איך געדענק רעדט ער דארט פון די (סיסטעמיק רעיסיזם) וואס איז דא אין די עדיוקעישען דיפארטמענט,
אז אין די שווארצע סקול דיסטריקטס אינוועסט מען נאר אין ספארטס וכו׳
בשעת וואס זיי באקומען נישט קיין געהעריגע פאנדינג פאר רעגולער עדיוקעישען.

אוודאי, די שווארצע סקול דיסטריקטס בעטן זיך בתחנונים פאר נייע בוקס ווי איידער געלט פאר ספארטס, נאר די רשעות'דיגע עדיוקעישן דעפארטמענט (אנגעפאקט מיט לינקע דעמאקראטן..) זאגט ניין!!
:lol:

זיי מוחל גיי לייעו די ארטקיל נאכדעם רעד, איך האב בלויז נאכגעזאגט וואס איך געדענק.

אגב דיין תגובה דא איז געווען א גרויליגע ראסיסטישע תגובה, און סווייזט אז די הייבסט נישט אהן צו וויסן די היסטאריע איבער ראסיזם אין אמעריקא.
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג יוני 22, 2021 8:36 pm

איך האב מיט אפאר יאר צוריק פונקט געזען דער טאמעס סאוועל אין עפעס א דאקומענטרי, איך בין משוגע נתפעל געווארן און נאכגעזוכט מער אינפאו אויף איהם. ער רעדט באמת דברים של טעם און וויבאלד די עסטאבלישמענט ווייסט אז איהם וועט מען נישט קענען אפּפרעגן טוהן זיי איהם פשוט איגנארירן!

איך וואלט געראטן אז אויב וויל ריעל פעיק ניוז זיך אביסל לערנען די היסטאריע פון ראסיזם אין אמעריקע זאל ער אפיר זוכן אפאר דעבאטעסַאויף די נושא פון טאמעס סאוועל.

בד''וו קאדענס אווענס, קלערענס טאמעס, טאמעס סאוועל האבן נישט קיין שווארצע פריווילעגיע, טראץ וואס זיי זענען שווארץ....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 22, 2021 8:45 pm

ס'זעהט אויס אז אונז לערן מיר סמיכת הפרשיות: דער עולם (נאר ווער ס'איז אינטרעסירט.) זאלל מוחל זיין נאכקוקן וואס כ'האב געשריבן איבער דעם עניין אין אשכול פון..."קאר די ביה יחדון"...! אבער נאך ווי געפרייט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14804
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17011 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9668 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 2 געסט