די נייע לעבן פון נפתלי אמבש

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 761
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2035 מאל

די נייע לעבן פון נפתלי אמבש

שליחה דורך שאלתיאל »

נעכטן איז דער 'המקור' פראגראם פון די איזראעלי טשענעל 13 ארויס מיט א דאקאמענטרי איבער די נייע לעבן פון נפתלי אמבש.
נפתלי איז איינער פון די 17 קינדער פון דניאל אמבש וועלכע האט אנגעפירט מיט א ברוטאלע סאדיסטישע קאלט אין ירושלים, דער אמבש קולט צווישן די יארן 1999-2011, זיין מאמע אילנה- איינער פון דניאל'ס זעקס פרויען- איז נאך פארגלייבט אין איר מאן ביז היינט.
דער דאקאמענטרי ווייזט וויאזוי ער איז מצליח זיך אויפצוהייבן פון די ברוכווארג און חורבן וואס ער איז אריבער אלץ קינד, און ווי ער פארליבט זיך אין זואי גוטליב א בחנ'ט מיידל פון א גוטע שטוב, עס באגלייט זייערע קאמפליצירטע רייזע ביז זיי זענען מחליט צו חתונה טראץ די טונקעלע פארגאנגענהייט פון ווי נפתלי קומט.

עס איז עכט א רירנדע הארצרייסענדע פילם פון פיין און האפענונג, ווייטאג און ליבע און איין בחור'ל וועלכע באווייזט דאס אומגלויבליכע און איז מצליח קעגן אלע שאנסן צו בויען א נייע לעבן.

https://drive.google.com/file/d/1FMEXMR ... p=drivesdk

דא איז 4 טיילן פון א תחקיר פון המקור איבער דער אמבש קולט וואס איז ארויס אין 2020
https://13tv.co.il/tags/ambash/

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר