נייעס באריכטן וואס דרייען א קאפ.

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

נייעס באריכטן וואס דרייען א קאפ.

הודעהדורך עולם הזה » דינסטאג יוני 28, 2022 7:17 pm

כ'בין זיכער ווער עס האט נאר אמאל געליינט א נייעס ארטיקל האט זיך שוין אנגעטראפן אין אזא סיטואציע.

נאכן ענדיגן ליינען די ארטיקל פרובירנדיג צו מאכן א שטיקל סך הכל וואס דער באריכט וויל דא דערציילן.. הייבט אייך אן די קאפ שווינדלען און מיטן גאנצן מח זאפאס קראצענדיג די האנט אויפן שטערן... פרובירנדיג צו פארשטיין וואס גענוי דא איז געשטאנען. אפשר דאך.. אבער אן ערפאלג.. שוין העמיר מיזן איבער ליינען א צווייטער מאל, אבער וואונדער איבער וואונדער.. אפילו נאכן זינגען אודך איז נאכאלץ דא א צומישעניש.. טאקע עפעס א שטיקל קלארקייט אבער א קלארקייט אז כ'בין צומישט.. גיימער שלישי, הגבה, גלילה, אה! עפעס מאכט זיך... ענדליך נאך 3 ציגארעטלעך און א האלבן ביר-באטל דערגרייכט מען א שטיקעלע תמצית פון די א.ג. נייעס רעפארט.

אבער. איין מינוט.. די שורות פונעם סך הכל זענען זיך סותר איינס מיטן אנדערען.. בין איך דיזי צו וואס? אדער אפשר האט דער שרייבער דאס געשריבן נאך א שאכטל פון די ריכטיגע בּראַוני.

אדער אפשר, איז דאס גאר דער ציל? צו פארדרייען דער קאפ? נעה! קענישזיין.

איהר כאפט די נקודה. איא?

העמיר פרובירן מאכן א שטיקעלע תמצית פון אזאנע באריכטן.

דער ערשטער וואס כ'דערמאן מיר איז גלייך אנפאנג פון די רוסלאנד אוקריינע קאנפליקט. דאס איז שטארק בולט ווייל דאס א גאר גאר קורצע באריכט

רויטערס:
מערק וועט אפשטעלן איהר אינוועסטירונגן אין רוסלאנד.

- מערק וועט אויפהערן טוהן ביזנעס מיט רוסלאנד.
- מערק האט קיינמאל נישט געהאט קיין איינריכטונגען אין רוסלאנד.
- מערק וועט יא טוהן ביזנעס מיט רוסלאנד. פאר לעבענס-וויכטיגע סופלייס.

**
דעילי מעיל:
יונגע געזונטע מענטשען שטארבן פליצלונג און אומערווארטעט:

וואס געשעהט - יונגע ערוואקסענע שטארבן פליצלונג.
פון וואס – זיי שטארבן פון יונגע ערוואקסענע שטארבן פליצלונג סינדראם
זייט געווארנט - יונגע ערוואקסענע שטארבן פליצלונג סינדראם, קען זיין פאטאל, אפילו פאר יונגע געזונטע מענטשען.
א מעשה: א 31 יעריגע פרוי וואס איז פלוצלינג געשטארבן אינמיטן שלאף, האט אפשר געליטן פון יונגע ערוואקסענע שטארבן פליצלונג סינדראם.
וואס מיר טוהן – מיר (אוסטראליע) מאכן א דאטע בעיס מיט די נעמען פון אלע מענטשען וואס זענען געשטארבן פליצלונג.
וואס איהר זאלט טוהן: איהר זאלט זיך גיין סקרינען ביים הארץ דאקטאר.
אויך: איהר האט גארנישט פון גיין צום דאקטאר, ווייל מיר ווייסן נישט וועלכע גענע (gene) איז דער גורם.
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » דינסטאג יוני 28, 2022 8:28 pm

מען דארף אויפמאכן אדער צילייגען אדער אויפבלאזן נייעס כדי אנציפילן די בלעטער פון די צייטונג.
מען וועט קיינמאל נישט זעהן אזא צייטונג.
"דינסטאג פרה א', היות גארנישט איז נישט געשעהן נעכטן איז נישטא קיין נייעס היינט, מיט אנטשולדיגונג די מערכת"
"אין א וועלט פון משוגע, דארף מען זיין גיט משוגע, נישט צי וועלן זיין משוגע"
ישראלי גרין
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1228
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 3379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2334 מאל

הודעהדורך פרנס החודש » דינסטאג יוני 28, 2022 8:33 pm

עולם הזה האט געשריבן:רויטערס:
מערק וועט אפשטעלן איהר אינוועסטירונגן אין רוסלאנד.

- מערק וועט אויפהערן טוהן ביזנעס מיט רוסלאנד.
- מערק האט קיינמאל נישט געהאט קיין איינריכטונגען אין רוסלאנד.
- מערק וועט יא טוהן ביזנעס מיט רוסלאנד. פאר לעבענס-וויכטיגע סופלייס.

**
דעילי מעיל:
יונגע געזונטע מענטשן שטארבן פלוצלינג און אומערווארטעט:

וואס געשעהט - יונגע ערוואקסענע שטארבן פלוצלינג.
פון וואס – זיי שטארבן פון יונגע ערוואקסענע שטארבן פלוצלינג סינדראם
זייט געווארנט - יונגע ערוואקסענע שטארבן פלוצלינג סינדראם, קען זיין פאטאל, אפילו פאר יונגע געזונטע מענטשן.
א מעשה: א 31 יעריגע פרוי וואס איז פלוצלינג געשטארבן אינמיטן שלאף, האט אפשר געליטן פון יונגע ערוואקסענע שטארבן פלוצלינג סינדראם.
וואס מיר טוהן – מיר (אוסטראליע) מאכן א דאטע בעיס מיט די נעמען פון אלע מענטשן וואס זענען געשטארבן פלוצלינג.
וואס איהר זאלט טוהן: איהר זאלט זיך גיין סקרינען ביים הארץ דאקטאר.
אויך: איהר האט גארנישט פון גיין צום דאקטאר, ווייל מיר ווייסן נישט וועלכע גענע (gene) איז דער גורם.

לגבי דעילי מעיל האסטו רעכט.
לגבי רויטערס ליין עס איבער, אלעס שטימט.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 299
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 8:50 am
האט שוין געלייקט: 1676 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

Re: נייעס באריכטן וואס דרייען א קאפ.

הודעהדורך פרנס החודש » דינסטאג יוני 28, 2022 8:37 pm

לא הרי Research and production כהרי Sales, און נישט אלע מערק פראדוקט זענען לעבנסוויכטיג.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 299
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 8:50 am
האט שוין געלייקט: 1676 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל


גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט