א חוצפה פון בחדרי חרדים - הגאון ר' שאול אלתר

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 449 מאל

א חוצפה פון בחדרי חרדים - הגאון ר' שאול אלתר

שליחה דורך צפת »

ס'איז דא א וועב-זייטל מיטן נאמען "בחדרי חרדים". אפיציעל טראגן זיי דעם פנים, כאילו זיי זענען דער סטאנציע פאר אלע חרדי'שע נייעס און געשעהענישן וואס טוט זיך אפ אין די חרדי'שע וועלט אומעטום. עס איז געמאכט געווארן אז אן ערליכער איד זאל האבן אלע נייעס סטאנציאנירט אונטער איין דאך, און נישט דארפן מלקט זיין ממקומות זרים און אין נישט ערליכע מקומות.

ווי ווייטאגליך און חוצפה'דיג איז צו זען, בשעת די גאנצע אמעריקאנער אידנטום איז פייערליך געשטימט, אויפנעמענדיג א געהויבענעם גאסט, הגאון רבי שאול אלתר שליט"א מיט גרויס כבוד און עהרע. דאס איז בלי-ספק איינע פון די נייעס וואס דארף צו זיין אויפן אויבן-אן פון יהדות החרדית אין אמעריקא, די וואך. בו-בזמן וואס צענדליגע אלפים שטראמען צו זיינע טישן, תורה'דיגע שמועסן אומעטום וכו', גיבט בחדרי חרדים נישט קיין פיפס און מאכט זיך נישט וויסנדיג פונעם גאנצן באזוך. פארוואס? - פאר אביסל געלט, טעראר וכו'.

דאס הייסט מזלזל געווען אין אלעס וואס איז ביי אונז חשוב און שיין, ער האט לצנות געמאכט פון גאנץ יהדות החרדית אין אמעריקע, זאגנדיג אין אנדערע ווערטער, אז איר זענט נישט א חלק פון אונז, אייערע פרייד און אויפנאמעס האבן נישט מיט אונזערע מענטשן אין ארץ-ישראל. דאס איז א מעסער אריינגעשטאכן אין רוקן פון אמעריקאנער ערליכע אידן.

די ווייטאג דארף ארויסגעברענגט ווערן און עס דארף זיין קלאר, אז יהדות החרדית קוקט נישט דערויף מיט א גוט אויג.

למען האמת, דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס בחדרי חרדים ווערט באקאנט מיט אזא נייעס. די אנפירער פון בחדרי חרדים זענען שוין געגאנגען זיצן אין טורמע, צוליב דעם חטא פון בלעקמעילן און ארויסנעמען גרויסע געלט פון קהילות און יחידים.

זאל דער אויבערשטער העלפן אלע אידישע קינדער.

דער אשכול פארמאגט 63 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר