וועם האט ער געמיינט?

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19577
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14866 מאל
קאנטאקט:

וועם האט ער געמיינט?

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'זענען דא אין די וועלט פון די אידישע מידיא 2 שרייבערס וועלכע זענען די גרעסטע דעמאגאגן. הלוא המה... (ר') מנשה פיליפ. המכנה את עצמו ..."הרב ישראל מ. סופר"...און דער 2'טער. השני בדומה לו. (ר') שמואל שלמה טעללער. המכנה את עצמו ..."הרב ש.ב. מרגליות"...פון דעם ערשטן וועלן מיר יעצט נישט רעדן. ועוד חזון למועד.

דער וואס רופט זיך הרב ש.ב. מרגליות שרייבט א יעדע וואך דעם אפ-עד פעידזש. (מסתמא דעם עדיטאריעל פעידזש אויך.) אין דער בלאט.

געוויינליך קייעט ער איבער זי זעלבע שטותים און ער ציעט די זעלבע ליניע וואך נאך וואך. רוב מאל ביים צווייטן אדער דריטן פאראגראף ווייס איך שוין וואואהין ער ציעלט. צומאל קייעט ער איבער וואס די אפיציעלע פארטיי ליניע איז. ווען מהר"א קר"י שליט"א איז געשטאנען אין שפיץ פון די מלחמה קעגן דעפט. אוו עדיוקעישן האט ער געצויגן אט די ליניע. נאכדעים וואס אונז האמיר (ב"ה) געווינען די מלחמה מיט א גרויסן ניצחון. די גאווערנאר'קע האט צוגעזאגט אז זי וועט באשטעטיגן די פייפליין. האט מהר"א קר"י שליט"א אויסגעפונען אז אונז זעמיר נישט קיין רעפובליקענס אדער דעמאקראטן. נאר (פשוט'ע) גלות אידן. האט ער אויך שטארק געצויגן די ליניע אין זיין וועכנטליכן קאלום.

די פארגאנגענגע וואך (פ' בא) האט ער אין זיין ווכענטליכן קאלום צוזאמגעדרייט א קוגל און געהאקט אויף ליובאוויטש (כדרכו) און עטליכע מאל געזאגט אויף בן גוריון, שר"י (עפ"ל) און קוק, ימ"ש.

וואס כ'האב ארויסגעקוועטשט פון זיינע ווערטער אז ס'איז דא איינער א..."משפיע"... וועלכער שטעלט זיך אהער ווי אן ערליכער. און יענער זאגט אז ער האט שוין אדורכגעלערנט דעם ויואל משה פון דעקל צו דעקל (כלשונו). און ער האקט אויפ'ן ויואל משה און ער רעדט דברי כפירה (אוי לאזניים שכך שומעות). און מ'טאר איהם נישט אויסהערן...!

איך ברעך מיר דעם קאפ צו וויסן וועם ער מיינט דא. אפשר מיינט ער הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א. אדערב הרב (הצדיק) ר' אמנון יצחק שליט"'א. הרב אמנון יצחק איז שוין פון לאנג פסול אין סאטמאר. זייט ער האט פרובירט צו לויפן פאר'ן כנסת (המינים) רחמנא ליצלן מהאי דעתא.

היות ער איז דאך א דזשענטלמאן. א גאר איידלער איד, שרייבט ער נישט ארויס א נאמען. פארשטייצעך נאר אויף די אפיקורסים ומינים הידועים ווי קוק, ימ"ש און בן גוריון, שר"י. (כ'ווייס נישט וואס ס'איז אן ערגערע קללה. שר"י אדער ימ"ש).

אשר על כן בעט איך ווער ס'ווייסט פון וואס דער שמועס איז זאלל זיך אנרופן און א ביסל מפרש זיין די דברים הקדושים הצריכין לימוד...!

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר