אויסשליסליכע אינטערוויו מיט ארויסגעבער פון "קינדליין"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

אויסשליסליכע אינטערוויו מיט ארויסגעבער פון "קינדליין"

שליחה דורך כוכב »

דער עולם איז אויף מיט די נייעס איבער א נייע אויסגאבע ספעציעל פאר קינדער מיט'ן נאמען "קינדליין". וואס איז דאס די נייע אויסגאבע? וואס איז די ציל? וואס קענען מיר ערווארטן צו טרעפן דערין? און וואס איז דער פלאן אויף דעם עתיד? אויף צו ענטפערן אויף די פראגעס האב איך אפגעהאלטן אן אינטערוויו ספעציעל פאר קאווע שטיבל מיט איינער פון די ארויסגעבער.


וואס איז דאס "קינדליין"?
קינדליין איז וועכטנליכע אויסגאבע פאר היימישע אידיש-רעדענדע קינדער, אנצופולן זייער אייגענע צייט, מיט ערליכע אויסגעהאלטענע ידיעות און רייכע קאלומען.


ווער שטייט אונטער "קינדליין"?
א גרופע מלמדים און מחנכים וועלכע האבן זיך צוזאמען גענומען מיט די ציהל צו צושטעלן ערליכע כשר'ע לייען מאטריאל פאר אונזערע קינדער.


איז דאס אויך אינטרעסאנט פאר מיידלעך?
זיכער אז יא, אלע ארטיקלעך זענען צוגעשטעלט אז עס זאל זיין גלייך פאר אלע אייערע קינדער אין שטוב.


פאר וועלכע יארגאנג איז די קינדליין געאייגענט?
פאר די יארגאנג פון 5 ביז 14 (אויך זייער אינטרעסאנט פאר ערוואקסענע, נאר בצנעה...)


פארוואס האט איר באשלאסן דאס צו ארויסגעבן?
ווייל פאר אונזערע היימישע אידיש-רעדענע קינדער איז נישט דא קיין ריכטיגע לייען מאטריאל "בלויז פאר זיי", אין ענגליש און העברעאיש איז דא א געוואלד מיט לייען מאטריאל, אבער אונזערע קינדער האבן נישט זוכה געווען דערצו ביזן היינטיגע טאג, און עס האט געהערט א גרויסע חלל, ווען עלטערן רעדן זיך שוין אפ א לאנגע צייט אז די קינדער האבן נישט וואס צו טון אין זייערע ליידיגע צייט.


גראדע איז יא דא קינדער אפטיילונגען אין די היימישע צייטונגען/מאגאזינען...
יא, עס איז טאקע דא שיינע אפטיילונגען פאר קינדער, אבער דארט איז דער קינדער אפטיילונג דער טפל, און דא אין קינדליין איז עס די עיקר, און טאקע דערפאר קען זיך די קינדליין ערלויבן צו צושטעלן אסאך מער חומר פאר די קינדער ווי א "קינדער אפטיילונג".


פארוואס טאקע איז ביז היינט נישט ארויסגעקומען ביים היימישן עולם א "קינדער אויסגאבע"?
די סיבה איז פשוט, כשם שאין פרצופיהן שווים כך אין דעותיהן שוות, און דעריבער איז זייער שווער געוועהן צו ארויס קומען מיט אן אויסגאבע וואס זאל זיין אנגענומען ביי "אלע קרייזן", און דערפאר האט מען אויסגעשטעלט אז די סטעף פון שרייבער אין קינדליין זאל זיין מלמדים און מחנכים פון אלע קרייזן, און יעדע מלמד באזונדער קוקט איבער די אינהאלט צו זיכער מאכן אז עס זאל זיין לרוחו ולטעמו פון זיין קרייז, און אזוי ב"ה באווייזט מען ארויס צו קומען מיט אזא שיינעם אויסגאבע ווי יעדער זאל זיך פילן רואיג מיטן אריינברענגען די אויסגאבע ביי זיך אין שטוב, ממש שווה לכל נפש און קרייז.


וואס זענען די חידושים אין "קינדליין" וואס איז נישטא אין אנדערע קינדער אויסגאבעס\אפטיילונגען?
אסאך חידושים, איינע פון די הויפט חידושים איז "קאָמיקס", קינדער גלייכן שטארק צו ליינען קאמיקס ביכער, און קינדליין ענטהאלט אין זיך 8 עמודים קאמיקס, די ערשטער קאמיקס איז פון דער בארימטער היימישער מעהלער גדי פאללאק, די צווייטער איז א פארזעצונג מעשה פון 3 עמודים פון יעקב מאירזון, און נאך א פארזעצונג פון 3 עמודים דורך מרת בת שבע הבלין. אלע דריי זענען טאפ-קוואלעטי מעהלער, און די חידוש על גביהם איז אז די קאמיקס איז נישט איבערגעטייטשט פון אנדערע שפראכן צו אידיש, נאר דאס איז לכתחילה געמאהלן געווארן און געשריבן געווארן פאר קינדליין.

ווי אויך זענען דא נאך גאר שיינע חידושים, ווי א הערליכע מידות-קאנטעסט קאלום, ווי קינדער קענען לערנען אויף גאר א זיסע שפראך איבער מידות טובות און געוואונען מתנות,

על גביהם זענען דא הערליכע היסטארישע קאלומען, גאר אייגענארטיגע ידיעות קאלומען וועלכע וועט באגייסטערען און רייך מאכן אייערע קינדער'ס ידיעות אויף גאר א ברייטער פארנעם בס"ד.


וויפיל זייטן איז די ביכל?
דערווייל 32 עמודים.


וואס מיינט איר מיט "דערווייל"?
אז עס וועט מצליח זיין, ויקפצו עליה זיבני, וועלן מיר אי"ה ארויף גיין מיט די עמודים, רעיונות זענען דא א געוואלד, מען דארף עס נאר האבן פון ווי צו דעקן.


אז איר רעדט פון "דעקן", איך האב געליינט די אויסגאבע, און מען זעט אז עס ליגט דערין גאר אסאך ארבעט און לדעתי קאסט דאס אפ א ים מיט געלט, איר האלט אז איר וועט קענען אנגיין?
עתידות ווייסט נאר איין באשעפער, אבער לויט די גאר שטארקע פארלאנג, און לויט די אנווייזונגען פון ביזנעס לייט וואס טוען אין דעם תחום, דארף זיך דאס דעקן בס"ד פון די קלייענטעל, און טאקע דערפאר האבן מיר בלויז אנגעהויבן מיט 32 זייטן, און אויב מיר וועלן זעהן אז עס דעקט זיך און עס איז דא פלאץ צו גיין העכער, וועלן מיר בס"ד ארויף גיין, מעלין בקודש.


איך דאנק אייך זייער פאר אייער צייט, און מיין וואונטש איז אז איר זאל שטארק מצליח זיין, ויקפצו עליה זביני, אז איר זאלט מעלה זיין בקודש.

דער אשכול פארמאגט 236 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר