פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 10:03 pm

טיכטיגער האט געשריבן:פארוואס זענען פארהאן שרייבער וועלכע וואו זיי קענען רוקן זיי אריין נאך א ע'?
למשל: לייענער, געטוען, געבויעט וכו'

דוראק ענטפערט גאנצע מגילות... די תירוץ איז אזוי.

לייענער און געבויעט איז נישט אפגעפרעגט, ווייל למעשה שרייבט מען 'בויען' און געוויסע שרייבן 'לייענען'. אנדערע שרייבן עס אבער טאקע אנעם ע'.

געטוען איז א פשוט'ע טעות.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 894
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 11:27 am

איך באמערק אלץ אז אסאך אונגארישע אידן ווען זיי ווילן זאגן דאס ווארט אדער וועלן זיי זאגן אבער
מיט א בית
ווי צב"ש דו ווילסט יא אבער ניין...
קען מיר איינער מסביר זיין?
שמחהלע קאפשטיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 293 מאל

הודעהדורך טיכטיגער » פרייטאג יוני 11, 2021 11:46 am

אויבערשטער אדער אייבערשטער? מ'ניצט ביידע, וועלכע איז ריכטיג?
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יוני 11, 2021 7:19 pm

טיכטיגער: ביידע אויסדרוקן זענען ריכטיג...!

ס'איז דא א דריטער (א שטיקל סלענג) אויסדרוק. אדער וועג פון שרייבן...."אייבישטער"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14774
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9654 מאל

הודעהדורך דוראק » מוצ"ש יוני 26, 2021 10:25 pm

דוכט זיך אַז „אויבערשטער” שטאַמט פון אונזער אויסשפּראַך – דאָס הייסט פון די ליטווישע/רייסישע אידן וואָס אונטערשיידן ניט צווישן אַ חולם מיט אַ צירה. אַזוי ווי דער שורש איז דאָך „אויבן”, וואָס אַלע שרייבן מיר מיט אַ חולם, איז באַ אונז געוואָרן אויבערשטער. עס זיינען דאָ נאָך אַ פולע ווערטער אַזעטיקע, ווי „אויפהויבן”, „גלויבן”, „בוימער” און דאָס גלייכן.
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 185
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 82 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 314 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 28, 2021 12:12 am

דוראק: דו ביסט גערעכט. אבער דער גאליציאנער/אונגארישער אויסשפראך איז א ביסל אנדערש.

דער ירושלימ'ער (טשאלמער) אויסשפראך איז ווי דער ליטיווישער. מסתמא. ווייל א סאך (א פולע) פון די טשאלמערס שטאמען פון די תלמידי הגר"א וועלכע האבן זיך באזעצט אין ירושלים עיה"ק...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14774
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9654 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג יולי 26, 2021 9:00 pm

איינער קען מיך זאגן ווי אזוי מען זאגט דאס ווארט "צוגעפאסט" אין ענגליש ווצב"ש א צוגעפאסטע שידוך?
שמחהלע קאפשטיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 293 מאל

Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

הודעהדורך תוהו ובוהו » מאנטאג יולי 26, 2021 9:02 pm

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:איינער קען מיך זאגן ווי אזוי מען זאגט דאס ווארט "צוגעפאסט" אין ענגליש ווצב"ש א צוגעפאסטע שידוך?
suitable
תוהו ובוהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 176
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 209 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק שפראך און גראמאטיק

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט