אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19503
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14829 מאל
קאנטאקט:

אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!

שליחה דורך berlbalaguleh »

לאמיר לאזן אונזער פאנטאזיע (אימעדזשינעישן) א ביסל לויפן.

דער אייבישטער האט געהאלפן און אונז האבן באקומען און געגרינדעט א מדינה וואו מ'רעדט נאר אידיש. (נישט דעם אידישיסטישן אידיש. נאר דעם היימישן, חסיד'ישן גאליציאנער אדער אונגארישן אידיש.). אלע טאוולען אויף די וועגן און שטעגן זענען געשריבן געווארן נאר אין אידיש.

דער טראנספארטאציע מיניסטער איז א איד מיט א לאנגע בארד. (א וויזשניצער אדער גערער חסיד.).

איהר האט באקומען דעם קאנטראקט און איהר זענט באאויפטראגט געווארן צו פאבריצירן אלע טאוולען אויף די גאסן און שנעל-וועגן. ווייל אייער'ס א פלימעניק האט געלערנט אין די זיכלינער ישיבה נעבן מירון צוזאמען מיט דעם מיניסטער'ס אן אייניקל.

איהר נעמט זיך ארבעטן אויף די שפאגל נייע מאשינען וואס איהר האט געקויפט פאר 5 מיליאן שקל. דאס געלט וואס די באנק האט אייך פארבארגט (פארשטייצעך מיט א היתר עיסקא. וואס איז אויסגעארבעט געווארן דורך רבנים מובהקים.).

איהר שרייבט פארשידענע טאוולען מיט אנווייזונגען פאר די אויטא טרייבערס און וועג באנוצערס. פלוצלינג קומט איהר אן צו שרייבן א ווארנונג פאר די אויטא טרייבערס אז מ'זאלל נישט פארן צו נאנט צו א פאסאזשיר אויטא אדער א לאסט מאשין. אין ענגליש ווייסט איהר שוין וויאזוי מ'שרייבט עס. אבער אונז האמיר דאך געשמועסט אז אין אונזער אידישלאנד רעדט מען און מ'שרייבט נאר אויף אידיש. ווער ס'ווייסט וויאזוי מ'שרייבט עס אויף אידיש זאלל זיך ביטע אנרופן...!

אין א צווייטן פאל. איהר פיהרט א לאסט אויטא וואס איז אין די הייעך פון 12 פוס מיט 2 אינטשעס. איהר פארט מיט א שנעללקייט פון 85.8 תחום שבת פער שעה. (אונז האמיר דאך געשמועסט אז אונזער לאנד פיהרט זיך על פי התורה. און אלע מאסן, סיי אין שטח (פלאץ) און סיי אין געוויכט זענען גענומען פון תורה שבכתב אדער תורה שבעל פה.) איהר פארט אויפ'ן קעניגליכן וועג נומער 6. פלוצלינג באמערקט איהר א פוסגייער בריק וואס שניידט אדורך העכער דעם שנעל-וועג. אויף די בריק איז דא א טאוול וואס זאגט אז לאסט אויטאס וועלכע זענען העכער פון 6 אמות מיט 3 אגודל'ס זאללן נישט אדורכפאהרן דעם בריק.

איהר דארפט שנעלל מאכן א באשלוס אויב איהר זאללט יעצט אראפגיין פונ'ם קעניגליכן שנעל-וועג. אדער זיך אפשטעללן. ווייל אויב נישט וועט זיך נעמען פליען שטיקער פון אלע זייטן ווען איהר וועט זיך (ח"ו) אריינקלאפן אין די בריק .(אזוי ווי ס'איז געשעהן צו א געוויסן בעל עגלה. ואכמ"ל.). אדער קענט איהר עס גאר אדורכמאכן בלי שום צער ונזק...!

ווער ס'ווייסט אויב אונזער טרייבער פון די לאסט מאשין האט עס אדורכגעמאכט בשלום. אדער ח"ו נישט. ווערט געבעטן זיך אנצורופן...!

ווער ס'ווייסט פון נאך אזעלכע און ענליכע פעלער פון ספיקות און שאלות וואס מאכט זיך אין אונזער מדינה וואס פיהרט זיך 100% עפ"י התורה ווערט געבעטן זיך אן צו רופן...!

דער אשכול פארמאגט 135 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר