וואס איז בעסער: מער שפראכן אדער ווייניגער?

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
האט שוין געלייקט: 274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

וואס איז בעסער: מער שפראכן אדער ווייניגער?

שליחה דורך קרעמער1 »

ס'איז פארהאן היינט אויף דער וועלט ארום דריי טויזנט נאטירטע שפראכן, וואס די רוב דערפון איז אין געפאר פון אונטערגיין
צום ביישפיל אין קאנאדא אליינס איז דא ארום זיבן הונדערט שפראכן וואס איטליכער ווערט גערעדט ביי ווייניגער ווי הונדערט מענטשן

איך גלויב נישט אז מ'קען צופיהל עפעס טוהן דערצו, די פראגע איז נאר ווי אזוי מען זאל פיהלן דערוועגן

אלס איינער וואס רעדט און שרייבט אין א שפראך וואס איז א מינאריטעט, האט ליב היסטאריע און פארשידענע קולטורן און בכלל לענדער און שפראכן; ווילט זיך זאגן אז ס'איז א ווייטאג און ס'ווילט זיך זאגן מ'זאל אנווענדן אלע מיטלען אפצוהיטן ווי מער שפראכן

און מ'זעהט טאקע אזוי כסדר אזעלכע ארטיקלען אין די פרעסע
למשל ער פאדערט אז אפילו די דיאלעקטן זאל מען אנהאלטן http://yiddish.forward.com/articles/177 ... k-dialect/

פון די אנדערע זייט אבער, איז דא א שטארקע סברה אז דאס איז דער סדר העולם: פעלקער און שפראכן ווערן נאטורליך פארשווינדן
און נאכמער, מ'קען אפי' טענה'ן אז פאר די וועלט איז בעסער ווי ווייניגער שפראכן
ס'מאכט מענטשן זאלן זיך בעסער פארשטיין, די וועלט ווייניגער קאמפליצירט און איז בכח צו טראגן ווערדפולע אידעאלן אוניווערסאל

אט למשל גיבט א קוק אויף ענגליש, די דריי גרויסע לענדער ווי ס'איז די הויפט שפראך (יו. עס., יו. קעי. און אוסטראליע) פארשטייען זיך די בעסטע און האבן געמיינזאמע אינטערעסן
און אויף אן ענליכן פארנעם איז עס מיט ספאניש און פראנצויזיש

איז ווען מ'קען רעדן צום אראבער פשוט אויף זיין מאמע לשון וואלט נישט געווען גרינגער די גאנצע דיפלאמאטיע?
וואלט ער דען נישט געווען מער וויליג צו פארשטיין אנדערע?

יעדנפאלס, עקספערטן זאגן סיי ווי אז ביז ארום פופציג צו הונדערט יאר וועלן די פינעף גרויסע שפראכן, אין שפיץ פון ענגליש, באהערשן די וועלט
אבער ס'האט א שטיקל פירכא, ווייל די רעגירונגען אין קליינע לענדער וועלן מסתמא נישט וועלן אפיציעל טוישן שפראכן
און זיי זענען בכוח צו צווינגען וואס מ'זאל לערנען אין די שולעס
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר