צי האט דער צורר היהודים היטלער, ימ"ש געשטאמט פון אידן?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

צי האט דער צורר היהודים היטלער, ימ"ש געשטאמט פון אידן?

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 28, 2021 3:09 am

אט די פראגע איז געווען זייער שטארק אקטיוו אין די '20'גער און 30'גער יארן...!

ס'איז דא פארצווייגטע פארש ארבעט און דאקומענטאציע אז אדאלף היטלער ימח שמו וזיכרו האט געשטאמט פון אידן.

די מערסטע היסטארישע פארשער האלטן אז זיין טאטע וועמענ'ס לעצטע נאמען איז געווען.."שיקלגרובער"...! ער איז געווען אן אומ-לעגיטימער (ולד פגום . ממזר איז נישט שייך ווייל זיין מאמע איז געווען א פנויה. אויך. קידושין איז נישט תופס ביי עכו"ם.) זון פון איינעם פון א רייכע אידישע משפחה. זיי געבן אויך אן א נאמען. נאר איך געדענק עס נישט מאמענטאל. איך האב ערגעץ געזעהן געשריבן אז ער אליינס איז געווען א זון פון איינעם פון די ראטשילד משפחה. וואו זיין מאמע איז געווען א דינסט. און ווען זי האט פארשוואנגערט האט מען איהר משלח געווען. נאכדעם האט זי חתונה געהאט צו דעם הערר שיקלגרובער. וואס איז נישט געווען זיין עכטער טאטע. ער איז געווען זיייער א שטרענגער. און אויך א שיכור. ער האט אריינגעשמיסן אין דעם יונגען אדאלף מיט גרויס אכזריות. איז מסתבר אז ר'איז געווען זיין שטיף טאטע...!

אויך איז דא די.ען. עי. ריסוירטשערס וואס טענה'ן אז ער האט א געוויסע קראמאזאם וואס בערך 30% אשכנז'ישע אידן און ארום 8% ספרד'ישע אידן האבן. און נישט די אלגעמיינע (גוי'אישע) באפעלקערונג...!

ער אליינס האט זיך שטארק געזארגט אויב ער האט טאקע א אידישן אפשטאם. ווייל ס'זענען ארומגעגאנגען שמועות אז יא. האט ער געדונגען גענעאלאגישע פארשערס (ס'איז נאכנישט געווען אזוי פארגעשריטן ווי היינט.) און זיי האבן איהם געגעבן א רעפארט אז ער שטאמט פון ריין קריסטליכן ייחוס. אבער ס'זענען פארהאן חששות אז די פארשערס האבן בכוונה פארדעקט זיין אידישן אפשטאם אלס מורא...!

ווער ס'ווייסט פון באריכטן פון פארלעסליכע קוועלער איבער דעם עניין לכאן או לכאן ווערט געבעטן זיך אן צו רופן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9462 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 28, 2021 3:44 am

אפשר ווען מר לעאפאלד פראנקענבורגער וואלט נישט עובר געווען אויף פסוק ח' אין פרשת משפטים: אִם רָעָה בְּעֵינֵי אֲדֹנֶיהָ אֲשֶׁר לא יְעָדָהּ וְהֶפְדָּהּ לְעַם נָכְרִי לֹא יִמְשֹׁל לְמָכְרָהּ בְּבִגְדוֹ בָהּ, וואלט נישט ארויסגעקומען אזא צורר ישראל.

נעקסטיים בעפאר איר לייגט אייער שכבת אינעם קלינינג לעידי טראכטענדיג אז אייער משפחה וועט שוין קאווערן פאר אייך, טראכט וואסארא שיקלגרובער עס קען נאך פונדעם אויסוואקסן.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3458
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 28, 2021 4:19 am

טאמבל סאס: ייש"כ. פאר דערמאנען דעם נאמען פון די משפחה. דער פסוק ח' אין פ' משפטים וואס דו ציטירסט איז געזאגט געווארן ביי א שפחה ישראלית. נישט ביי א שפחה כנענית. דער פסוק האטציך נישט געזארגט פאר א שפחה כנענית. פאר איהר זאלל זיך יאשקע זארגן...!

איך רעד דאך נישט עפ"י הלכה. איז ער זיכער נישט קיין איד. נאר אין די היינטיגע רעאליטעט אויב זיין טאטע איז א איד ווערט ער פאררעכנט אז ער שטאמט פון אידן.

להבדיל. די זינגערין בארברא סטרייסאנד איז אויכעט נישט קיין איד עפ"י הלכה. כאטש זי האט א אידישן טאטן. אבער איהר מאמע איז געווען א גוי'טע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9462 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך אפריל 28, 2021 8:13 am

וואס איז א חילוק פין ווי ער שטאמט?

טאמער איז זיין טאטע געוועהן א איד, וואס איז יעצט? זענען יידן שולדיג אין דער מלחמה?

און טאמער ער שטאמט פון גויים זענען גויים שולדיג?

און טאמער האט ער רוסישע זיידעס, זענען זיי שולדיג?

שולדיג איז דער סאציאלער מצב וואס האט דערלאזט אז ער זאל קענען אויספירן זיין רשעות, און די וואס האבן געקענט שטערען און האבן גארנישט געטוהן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3304
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1774 מאל

Re: צי האט דער צורר היהודים היטלער, ימ"ש געשטאמט פון אידן?

הודעהדורך שארפןקאפ » מיטוואך אפריל 28, 2021 10:17 am

קודם כל שולדיק איז דער באשעפער
נאכדעם וואס עס איז א חילוק? די חילוק איז היסטאריע אדער נייגעריקייט ,
דרך אגב. נישט יעדע זאך דארף מאכן א חילוק (הגם איך האב תחלות אין אלעס, אבער נישט אלטס וואס מען וויל באקומט מען)

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך כרם זית » מיטוואך אפריל 28, 2021 1:00 pm

אז מרעד שוין. פון א טשאלמי האב איך אמאל געהערט אז בנימין בן יעקב (הרצל) איז געווען א זון פון פראנץ יוזעף. ווייסט איינער עפעס מער.: אזוי האביך אויך געליינט ערגעץ. אז זיין מאמע איז געווען א ליבערין (גוירלפרענד) פון קייזער פראנץ יאזעף...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דאנערשטאג אפריל 29, 2021 4:17 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 374
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 445 מאל

הודעהדורך זופ מיט מאנדלען » מיטוואך אפריל 28, 2021 1:45 pm

אויב יא וועט נישט געדויערן לאנג ביז מוועט מסביר זיין אז ער האט עס געמיינט ערנסט נאר ערט זיך טועה געווען.....
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
זופ מיט מאנדלען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 11:12 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 28, 2021 3:24 pm

אישתישבי האט געשריבן:וואס איז א חילוק פין ווי ער שטאמט?

טאמער איז זיין טאטע געוועהן א איד, וואס איז יעצט? זענען יידן שולדיג אין דער מלחמה?

און טאמער ער שטאמט פון גויים זענען גויים שולדיג?

און טאמער האט ער רוסישע זיידעס, זענען זיי שולדיג?

שולדיג איז דער סאציאלער מצב וואס האט דערלאזט אז ער זאל קענען אויספירן זיין רשעות, און די וואס האבן געקענט שטערען און האבן גארנישט געטוהן.

אישתישבי: דו האסט א גוטע נקודה. ס'איז היינט א קליינער נפקא מינה אויב ער שטאמט פון אידן אדער נישט. דאך איז עס אינטרעסאנט פאר היסטארישע פארשער. ועוד. אין אונגארן האט זיך מיט בערך 20 יאר צוריק אפגעשפיעלט אן ענליכע מעשה. נאר דארט האט עס געהאט א ..."העפפי ענדינג"...! געווען איז איינער א ...יונגער ..."גוי"... וועלכער איז געווען דער הויפט פון די פאשיסטישע, קרי אנטיסעמיטישע פארטיי. ער איז געזיצן אין אונגארישן פארלאמענט און כסדר געהעצט אקעגן אידן. דאס הייפעלע אידן וואס זענען נאך דארט פארבליבן...! איין טאג (ס'געווען פאר די עלעקשאנס) רופט איהם אן איינער אן אומבאקאנטער פארשוין און זאגט איהם אז ער אליינס דער פארטיי פיהרער איז גאר א איד...! צוערשט האט ער זיך אויסגעלאכט. ער האט געמיינט אז יענער ווילל איהם שאנטאזשירן. (עקסטארשן). אדער ווילל ער געלט. ווען יענער פארשוין האט נישט נאכגעלאזט. ער האט געזאגט אז ער גייט עס מפרסם זיין אין פאבליק האט עס דער פארלאמענט מעמבער גענומען ערנסט. ווייל דער פארשוין האט געזאגט אז ער האט דאקומענטן וואס ווייזן אויף אז ער שטאמט פון אידן. האט דער פארלאמענט מיטגליד מסכים געווען זיך צו טרעפן מיט איהם. יענער האט איהם געוויזן דאקומענטן אז זיין באבע איז געווען א אידישע פרוי וואס האט חתונה געהאט מיט א גוי.

זיין באבע האט שוין נישט געלעבט. אבער זיין מאמע יא. איז ער אריבערגעפארן צו זיין מאמע (אין אן אנדערע שטאט) און ער האט איהר געפרעגט אויב די מעשה איז אמת. צוערשט האט זי געלייקנט. אבער ווען ער האט זי צוגעדריקט האט זי מודה געווען אז אלעס איז אמת. איהר מאמע איז געווען א אידיש מיידל. זי האט אפילו אנגעגעבן די משפחה נאמען..קליין...!

ווען ער האט דאס געהערט איז ער געווארן זייער שטארק געשאק'ט. ער האט געזאגט אז ער גייט רעזיגנירן פון זיין פארטיי. זיינע חברים האבן איהם געבעטן אז ער זאלל ווייטער פארבלייבן זייער פיהרער. האט ער געטנה'ט צו זיי ..."איך בין דאך א איד"...! האבן זיי געזאגט ס'איז גארנישט. נאר בלייב ביי אונז. ער האטציך אבער גע'עקשנ'ט. און ר'איז אוועקגעגאנגען...!

אין בודאפעסט האט דאמאלס געוואוינט א יונגערמאן וועלכער איז געבוירן אין אונגארן. ער איז געפארן לערנען אין ליובאוויטשער ישיבות אין אמעריקע. ער האט באקומען סמיכה און געווארן א רב. ער האט געהאט א שול. דער ..."גוי"... איז אוועקגעגאנגען צו דעם רב. צוערשט האט דער רב, וועלכער איז אויך געווען געשאק'ט געמיינט אז יענער מאכט ליצנות פון איהם. האט ער איהם מדחה געווען. אבער דער ..."גוי"... האט ציך פארעקשנ'ט אז ער ווילל צוריק ווערן א איד. דער רב האט געזעהן אז יענער מיינט עס ערנסט האט ער איהם אנגענומען. ר'האט אנגעהויבן צו לערנען מיט איהם אל"ף בי"ת. ער האט איהם אויך געגעבן א פלאץ אין ביהמ"ד.די מתפללים האבן זייער שטארק פראטעסטירט. א טייל האבן אפילו איבערגעלאזט די שול. אבער די איבעריגע האבן זיך צוביסלעך בארואיגט. לאמיר זיך פארשטעללן ווען אדאלף שיקלגרובבער אדער הימלער שפאצירט אריין אין ביהמ"ד. דער עולם וואלט ארויס פון די כלים.

דער ..."גוי"... האט אלץ מער געלערנט. ער האט געלערנט עברי. און אויך דאווענען. און הלכות. דער יונגערמאן דער רב האט איהם אויך געפיהרט צו אן עלטערן רב וואס האט געוואוינט דארט. נאך בערך א יאר איז ער שוין געווען גרייט אדורכצוגיין א גיור. מיט ברית מילה און טבילה. אויך זיין ווייב האטציך מגייר געווען. ער איז צום סוף אוועקגעפארן קיין ארץ ישראל. און אריין אין א ישיבה פאר בעלי תשובה. וועלכע האבן ספעציעלע פראגראמען פאר מענטשן זיינס גלייכן...! ענד אוו סטארי.

נאר לגבי היטלער, ימ"ש איז געווען א ביסל אנ'אנדערע געשיכטע. ער איז געקומען וואוינען אין די שטאט וויען. דארט איז געווען אן אקאדעמיע פון ארט. וואו די וועלכע האבן געוואלט ווערן גרויסע און בארימטע מעלערס האבן שטודירט. ווען ער (אדאלף) האט זיך געוואנדן צו זיי אז זיי זאללן איהם ארייננעמען האבן די אנפיהרערס, וועלכע זענען געווען ..."אידן"...איהם געזאגט אז ער זאלל ברענגען סעמפלס פון זיינע מאלערייען. ווען ער האט געברענגט זיינע ארט ווערק האבן זיי געקרומט מיט די נאז. און זיי האבן איהם נישט אנגענומען...! איז ער געווארן זייער שטארק אנטוישט (דיס'אפוינטעד). ער איז אריינגעפאללן אין יאוש. ווייל ער האט זייער שטארק געוואלט אריינגיין אין די פרעסטיזשפולע אקאדעמיע.

די היסטארישע חוקרים וועלכע ברעכן זיך די קעפ פארוואס ער איז געווארן אזא פארביסענער שונא ישראל, האלטן אז דאס איז געווען דער ווענדפונקט. ווען די שטאלצע פארעך'ס די רעפארמער, האבן איהם צוריקגעוויזן...!

איך האב געזעהן עטליכע פון זיינע צייכענונגען (אויף גוגל) זיי זענען נישט שלעכט. אבער וואס פארשטיי איך דען צו ארט. זיי. די בהמות פארשטייען בעסער...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מיטוואך אפריל 28, 2021 3:37 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9462 מאל

הודעהדורך אלע צוזאמען » מיטוואך אפריל 28, 2021 3:34 pm

די מעשה אין 'אונגארן' האט פאסירט צו 'סעגעדי טשונעד' וואס איז היינט א פרומער ערליכע איד, און די רב איז געווען הרב ברוך אבערלענדער שליט''א, ער איז למעשה יא געבליבן זיצן אינעם פארלאמענט פאר נאך א שטיק צייט.
אלע צוזאמען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:39 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך וואולקאן עראפציע » מיטוואך אפריל 28, 2021 3:36 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:ווען ער האט געברענגט זיינע ארט ווערק האבן זיי געקרומט מיט די נאז.

דא ווערט מיר פארענטפערט פארוואס ער האט אזוי פיינט געהאט אידישע נעזער... :roll:
וואולקאן עראפציע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 07, 2020 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך אפריל 28, 2021 5:16 pm

אלע צוזאמען האט געשריבן:די מעשה אין 'אונגארן' האט פאסירט צו 'סעגעדי טשונעד' וואס איז היינט א פרומער ערליכע איד, און די רב איז געווען הרב ברוך אבערלענדער שליט''א, ער איז למעשה יא געבליבן זיצן אינעם פארלאמענט פאר נאך א שטיק צייט.

א ריכטיע פאפענער אויבערלענדער, ווייסעך נישט זיין היסטאריע ווי ער איז פארוואגעלט געווארן קיין לובאב.

אזויפיל ווייס איך אז בדומה צו אסאך אנדערע ליבאוויטשער שליחים (למשל דער ר' גור אריה פון קראקא) איז ער א שטארקע אנטיסעמיט אקעגן היימישע ערליכע אידן אבער פאר גאנצע און האלבע גוים וועט ער זיך אויסטוהן. אויך ווי אסאך אנדערע שליחים פירט ער א מלחמת חורמה אקעגן די אורטיגע פרומע בודאפעסטער קהילה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5893
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2712 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 28, 2021 5:25 pm

איך אויך: איך וואוין נישט אין אונגארן. און איך ווייס נישט זיין אידעאלאגישע אנגעהעריגקייט. איך ווייס נאר וואס איך האב געליינט אין די אפענע פרעסס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9462 מאל

הודעהדורך אלע צוזאמען » מיטוואך אפריל 28, 2021 8:04 pm

איך אויך האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:די מעשה אין 'אונגארן' האט פאסירט צו 'סעגעדי טשונעד' וואס איז היינט א פרומער ערליכע איד, און די רב איז געווען הרב ברוך אבערלענדער שליט''א, ער איז למעשה יא געבליבן זיצן אינעם פארלאמענט פאר נאך א שטיק צייט.

א ריכטיע פאפענער אויבערלענדער, ווייסעך נישט זיין היסטאריע ווי ער איז פארוואגעלט געווארן קיין לובאב.

אזויפיל ווייס איך אז בדומה צו אסאך אנדערע ליבאוויטשער שליחים (למשל דער ר' גור אריה פון קראקא) איז ער א שטארקע אנטיסעמיט אקעגן היימישע ערליכע אידן אבער פאר גאנצע און האלבע גוים וועט ער זיך אויסטוהן. אויך ווי אסאך אנדערע שליחים פירט ער א מלחמת חורמה אקעגן די אורטיגע פרומע בודאפעסטער קהילה.

'הרב אבערלענדער' איז אנגעקומען קיין 'לובאוויטש', דורך די באקאנטע לובאוויטש'ע פארכאפער ר' מנדל וועכטער', הרב וועכטער איז געקומען עטליכע מאל קיין 'קרית פאפא', און עווענטועל איז אים געלונגען צו פארכאפן עטליכע תלמידים.
איך ווייס נישט פארוואס די רעגסט דיך אזוי אויף אים, איז עס מטעם פאפא, אדער מטעם לובאוויטש? ווען איך האב געדארפט זיין הילף האט ער מיר זייער שיין ארויסגעהאלפן.
אלע צוזאמען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:39 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 4:02 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
די היסטארישע חוקרים וועלכע ברעכן זיך די קעפ פארוואס ער איז געווארן אזא פארביסענער שונא ישראל, האלטן אז דאס איז געווען דער ווענדפונקט. ווען די שטאלצע פארעך'ס די רעפארמער, האבן איהם צוריקגעוויזן...!

איך האב געזעהן עטליכע פון זיינע צייכענונגען (אויף גוגל) זיי זענען נישט שלעכט. אבער וואס פארשטיי איך דען צו ארט. זיי. די בהמות פארשטייען בעסער...!

בערל, אז דו רעדסט שוין פון די שטאלצע אידן וואס האבן אים צוריקגעוויזן (וואס אן אמת נישט מחמת שטאלצקייט נאר פשוט ווייל פון די בילדער איז קענטיג אז אויב עפעס האט ער מער געהאט א חוש צו ארכיטעקטור ווי צו ארט. די מענטשן און די ארומיגע ענווייראמענט אדער נאטור אין זיינע בילדער זענען שוואך. און זיי האבן אים אייגענטליך דאס געזאגט, געצה'ט ער זאל אפלייען צו די אקעדעמיע פון ארכיטעקטור - וויקי) פארצייל אונז שוין פון די עסטערייכער אידן, א שטייגער ווי שמואל מארגענשטערן און די פיינגאלדס וואס האבן יא אפרישיעיטעד זיין ארט און אים אפילו אויסגעהאלטן א שטיק צייט דורכ'ן קויפן זיי. וואס איז געווארן מיט זיי ווען די דעפארטאציעס האבן זיך אנגעהויבן? האט ער זיי געדענקט צום גוטן? א מכה!

חוץ מזה זענען געווען נאך אידן מיט וועמען היטלער האט זיך געדרייט אין זיינע אינגע יארן, אין די מענ'ס דארמיטארי אין מעלדעמאנסשטראססע. פארציילזשע אונז אביסל וועגן זיי ביטע.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3458
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 4:33 am

טאמבל סאס: דו ביסט גערעכט. מ'רעדט דאך נישט פון די הונדעטער (און אפשר טויזנטער) אידן וועלכע זענען געווען הייסע דייטשע פארטריאטן וואס האבן אפילו באקומען אויסצייכענונגען פאר זייער געטרייע דינסט אין די ערשטע וועלט מלחמה. נאר פשוט זיינע פערזענליך נאנטע און חברים פון אידישן אפשטאם. ער האט זיי אלע אריינגעווארפן אין די קאנצענטראציע לאגערן פון דאכאו און בוכענוואלד. נאר אפילו איינער א אידישער יונגערמאן וועלכער האט צוזאמען מיט איהם געדינט ביי די ערשטע וועלט מלחמה. צו איהם האט ער זיך אויך געמאכט פארפרעמדט. און ר'האט איהם נישט געוואלט אויפנעמען. נו, איז ער דאך געווען א שד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9462 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 4:48 am

נעה, נישט דאס מיינען מיר ווען מיר בעטן 'פארציילן'. מיר מיינען מיט זאפטיגע דיטעיל אזוי ווי נאר בערל בעל עגלה קען. וואס זענען געווען די אינטערעקשנס צווישן היטלער און די דאזיגע אידן אין יענע יארן?
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3458
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל

הודעהדורך אלע צוזאמען » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 3:21 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:טאמבל סאס: דו ביסט גערעכט. מ'רעדט דאך נישט פון די הונדעטער (און אפשר טויזנטער) אידן וועלכע זענען געווען הייסע דייטשע פארטריאטן וואס האבן אפילו באקומען אויסצייכענונגען פאר זייער געטרייע דינסט אין די ערשטע וועלט מלחמה. נאר פשוט זיינע פערזענליך נאנטע און חברים פון אידישן אפשטאם. ער האט זיי אלע אריינגעווארפן אין די קאנצענטראציע לאגערן פון דאכאו און בוכענוואלד. נאר אפילו איינער א אידישער יונגערמאן וועלכער האט צוזאמען מיט איהם געדינט ביי די ערשטע וועלט מלחמה. צו איהם האט ער זיך אויך געמאכט פארפרעמדט. און ר'האט איהם נישט געוואלט אויפנעמען. נו, איז ער דאך געווען א שד...!

'עדווארד בלאך' איז געווען א אידישע דאקטער וואס האט קעיר נעמען פון דעם ימ''ש'ניקס פאמיליע אין 'עסטרייך', ווען די נאציס האבן איינגענומען 'עסטרייך' האט ער באקומען ספעציעלע פראטעקשען פון די עס.עס., און 1940 האט ער אימיגרירט קיין 'אמעריקע', ס'הייסט אז דער ימ''ש'ניק האט אים געזאגט אז ער גייט זיין די לעצטע איד אויף די וועלט עפ''ל.
אלע צוזאמען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:39 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך כרם זית » זונטאג מאי 02, 2021 1:08 am

כרם זית האט געשריבן:אז מרעד שוין. פון א טשאלמי האב איך אמאל געהערט אז בנימין בן יעקב (הרצל) איז געווען א זון פון פראנץ יוזעף. ווייסט איינער עפעס מער.: אזוי האביך אויך געליינט ערגעץ. אז זיין מאמע איז געווען א ליבערין (גוירלפרענד) פון קייזער פראנץ יאזעף...!


וואו האסטו עס געליינט?

לויט ווי יענער האט פארציילט איז זיין מאמע געווען א שיינקייט און פראנץ יוסף האט איר פארוואגלט אויף א באזיך אין ווין.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 374
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 445 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron