צי האט דער צורר היהודים היטלער, ימ"ש געשטאמט פון אידן?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19573
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

צי האט דער צורר היהודים היטלער, ימ"ש געשטאמט פון אידן?

שליחה דורך berlbalaguleh »

אט די פראגע איז געווען זייער שטארק אקטיוו אין די '20'גער און 30'גער יארן...!

ס'איז דא פארצווייגטע פארש ארבעט און דאקומענטאציע אז אדאלף היטלער ימח שמו וזיכרו האט געשטאמט פון אידן.

די מערסטע היסטארישע פארשער האלטן אז זיין טאטע וועמענ'ס לעצטע נאמען איז געווען.."שיקלגרובער"...! ער איז געווען אן אומ-לעגיטימער (ולד פגום . ממזר איז נישט שייך ווייל זיין מאמע איז געווען א פנויה. אויך. קידושין איז נישט תופס ביי עכו"ם.) זון פון איינעם פון א רייכע אידישע משפחה. זיי געבן אויך אן א נאמען. נאר איך געדענק עס נישט מאמענטאל. איך האב ערגעץ געזעהן געשריבן אז ער אליינס איז געווען א זון פון איינעם פון די ראטשילד משפחה. וואו זיין מאמע איז געווען א דינסט. און ווען זי האט פארשוואנגערט האט מען איהר משלח געווען. נאכדעם האט זי חתונה געהאט צו דעם הערר שיקלגרובער. וואס איז נישט געווען זיין עכטער טאטע. ער איז געווען זיייער א שטרענגער. און אויך א שיכור. ער האט אריינגעשמיסן אין דעם יונגען אדאלף מיט גרויס אכזריות. איז מסתבר אז ר'איז געווען זיין שטיף טאטע...!

אויך איז דא די.ען. עי. ריסוירטשערס וואס טענה'ן אז ער האט א געוויסע קראמאזאם וואס בערך 30% אשכנז'ישע אידן און ארום 8% ספרד'ישע אידן האבן. און נישט די אלגעמיינע (גוי'אישע) באפעלקערונג...!

ער אליינס האט זיך שטארק געזארגט אויב ער האט טאקע א אידישן אפשטאם. ווייל ס'זענען ארומגעגאנגען שמועות אז יא. האט ער געדונגען גענעאלאגישע פארשערס (ס'איז נאכנישט געווען אזוי פארגעשריטן ווי היינט.) און זיי האבן איהם געגעבן א רעפארט אז ער שטאמט פון ריין קריסטליכן ייחוס. אבער ס'זענען פארהאן חששות אז די פארשערס האבן בכוונה פארדעקט זיין אידישן אפשטאם אלס מורא...!

ווער ס'ווייסט פון באריכטן פון פארלעסליכע קוועלער איבער דעם עניין לכאן או לכאן ווערט געבעטן זיך אן צו רופן...!

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר