אראומע #26 ווען אידן האבן געבויעט דעם דריטן בית המקדש

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

אראומע #26 ווען אידן האבן געבויעט דעם דריטן בית המקדש

שליחה דורך ונבנתה העיר »

יא, אזוי ווי איהר הערט, בערך 300 יאהר נאכ'ן חורבן בית שני האבן די אידן, מיט די גוטהייסונג און אקטיווע הילף פון רוים, אנגעפאנגען צו בויען דעם דריטן בית המקדש, און עס קען אייגענטליך געפונען ווערן פארוואסערטע רמזים דערפון אין חז"ל.

קודם אביסל הונטערגרונד-היסטאריע:

ביי אונז גייט די רוימישע אימפעריע האנט ביי האנט מיט נצרות, למעשה האט אבער גענומען א שיינע פאר יאהר ביז די רוימער האבן איהר אנגענומען אלס די אפיציעלע שטאט'ס-גלויבן און מיט איהר ערזעצט די אלטע העלעניסטישע גלויבן, און אין פאקט פלעגן די נוצרים – פונקט ווי די אידן - גע'רודפ'ט און גע'הרג'עט ווערן דורך די רוימער.

אין יאהר 70 לספירה איז געווען חורבן בית שני.

אין 330 האט דער רוימישער קיסר קאנסטאנטין דער גרויסער [וועלכער האט באשטימט די שטאט קאנסטאנטינאפל אין טערקיי אלס די נייע הויפטשטאט פון די רוימישע אימפעריע – ונקראת על שמו] געמאכט א סוף צו די רדיפות אויף די נוצרים, און נצרות איז אנערקענט געווארן אלס די אפיציעלע רעליגיע אין די רעגירונגס קרייזן.

220px-Rome-Capitole-StatueConstantin.jpg
220px-Rome-Capitole-StatueConstantin.jpg (27.25 KiB) געזען געווארן 2762 מאל

אין 337 איז ער געשטארבן און זיינע קינדער האבן איהם ממלא מקום געווען, איינער פון זיי, קאנסטאנטיוס דער צווייטער, איז געווען קיסר פון 337 ביז ער איז געשטארבן אין 361.

220px-Bust_of_Constantius_II_(Mary_Harrsch).jpg
220px-Bust_of_Constantius_II_(Mary_Harrsch).jpg (36.21 KiB) געזען געווארן 2762 מאל

די רדיפות אויף די אידן 'גאטס מערדער' האבן זיך שוין אנגעהויבן סוף ימיו פונעם טאטן, ווי רב שרירא גאון שרייבט אז בימי אביי – וועלכער איז אוועק בערך 338 - זענען שוין געווען רדיפות אין ארץ ישראל.

האבנדיג אנגענומען די נוצרישע גלויבן האט דער זוהן ווייטער שטארק גע'רודפ'ט די אידן, און אין 351, ווען ער האט געשיקט זיין שוואגער גלוס מלחמה האלטן מיט שבור מלך פרס, איז זיין מיליטער געווען סטאנציאנירט פאר צוויי-דריי יאהר אין ארץ ישראל, דורך וועלכע די ארטיגע אידן האבן געליטן געפערליכע צרות ווי דערמאנט אין ירושלמי עטליכע מאהל.

דאס האט געברענגט אז אין דעם קומענדיגן יאהר, 352, האבן די אידן פון גליל אנגעהויבן אן אויפשטאנד, עס האט אבער נישט לאנג אנגעהאלטן און זי איז דערדרוקט געווארן, אסאך גליל שטעט זענען דאן ארויף אין פייער, אריינגערעכענט ציפורי וועמענס פארברענטע חורבנות זענען אנטדעקט געווארן אין 1931 דורך די ארכעאלאגישע גראבונגען פון די אונעווערסעטי אוו מישיגען.

דער אידישער חוקר הערשל גרעץ וויל טענה'ן אז דער אנפיהרער פונעם אויפשטאנד האט געהייסן נטרונא [...] אין וועמען די אידן האבן געוואלט זעהן משיחיות'דיגע אייגנשאפטן, לדבריו איז דאס פשט אינעם פסיקתא [סו"פ החודש] ווי דער דרשן איז מעודד דעם פאלק - די באטייליגער אין דעם אויפשטאנד: מי פורע לכם מאדום, נטרונא, שנאמר והיה לכם למשמרת.

11 יאהר שפעטער, אין 361, איז דער קיסר יוליאנוס געקומען צו די מאכט, איהם איז נצרות נישט געפאלן און ער האט געהאט חשק צוריק איינצופיהן די אלטע העליניסטישע מהלך, ובשכר זאת ווערט ער בא'טיטול'ט דורך די נוצרישע היסטאריקער אלס 'יוליאנוס דער כופר'.

200px-JulianusII-antioch(360-363)-CNG.jpg
200px-JulianusII-antioch(360-363)-CNG.jpg (28.42 KiB) געזען געווארן 2762 מאל

הגם אידישקייט איז איהם אויך נישט צופיהל געפאלן, ווי עס קומט אויס פון זיינע כתבים, בעיקר טאקע ווייל זי איז געווען די וויגעלע אין וועלכע נצרות איז געבוירן, אבער כדי צו שאפן א קאנטער-באלאנס צו די נוצרים האט ער אנגעהויבן שטארק מקרב זיין די אידן, און האט אפגעשאפן די ספעציעלע שטייערן וואס דער נשיא האט געדארפט איינקאסירן פון די אידן פאר'ן קיסר'ס וועגן.

וואס די אידן האבן נישט געקענט דערגרייכן אונטער גלוס בכח הזרוע, האט זיי אומערווארטעט דערגרייכט צוועלעף יאהר שפעטער ביי יוליאנוס; אין אנפאנג 363, צוויי חדשים פאר יוליאנוס איז ארויס אין קריג קעגן פרס – ביי וועלכע ער איז גע'הרג'עט געווארן, האט יוליאנוס געשיקט צוויי בריוו צו די אידן אין וועלכע ער בעט זיי מתפלל צו זיין פאר זיין פרידן, ער נעמט זיך אונטער צוריק אויפצובויען ירושלים, און באשווערט זיי צוריקצוגיין און אויפבויען דעם דריטן בית המקדש, צוזאגענדיג דערביי געלט און הילף – צוקלאפענדיג דערמיט די נוצרים וואס האבן געהאלטן אז דער בהמ"ק מוז שוין בלייבן חרוב.

הירונימוס, פון די ראשי הנוצרים אין יענע צייט, שרייבט אין זיין פירוש אויף דניאל אז דער קיסר האט אויך מבטיח געווען אז ער וועט מקריב זיין א קרבן אינעם היכל.

דער רוח החיים וואס איז אריין אין די אידן קען מען זיך נאר פארשטעלן, ווי די נוצרישע מקורות פארציילן האבן די ארץ ישראל'דיגע אידן ארויסגעגעבן א רוף צו די בני התפוצות אז מען זאל אנהייבן מנדב זיין געלט פאר'ן נייעם בית המקדש, אידישע פרויען האבן אוועקגעגעבן זייערע צירונגען און געשלעפט שטיינער מיט זייערע אייגענע הענט.

דער אויבנדערמאנטער הירונימוס שרייבט אז די אידן האבן גע'דרש'ענט דעם פסוק אין דניאל (י"א, ל"ד) ובהכשלם יעזור עזר מעט, בהיכשלם - בימי גלוס, יעזרו עזר מעט – בימי יוליאנוס.

אן אנדערער נוצרי שרייבט:

ווען די גרויסע פון די כהנים וועלכע וואוינען אין טבריה האבן געהערט אז יוליאנוס גייט אראפ קיין סוריא, האבן זיי זיך זייער שטארק געפרייעט און גענומען א דאנק-בריוו פון זייער פאלק, און א קרבן פון דאס בעסטע פון זייער לאנד, און ארויפגעגאנגען קעגן דעם וואס איז משוגע אזוי ווי זיי קיין תרסוס וואס איז אין קיליקיה, זיי זענען אנגעטוהן [בגדי כהונה] און בלאזן שופרות, און גיבן איהם א דאנק ווי צו א גאט.

די אידן און די שלוחים פון יוליאנוס האבן צובראכן די יסודות פון די בנינים וואס זענען געשטאנען אויפן מקום המקדש [און די נוצרים האבן גע'טענה'ט אז זיי זענען פונעם צווייטן בית המקדש] און מען האט אנגעפאנגען צו בויען.

די ארבעט איז אבער נישט פארענדיגט געווארן און איז געקומען צו א פלוצלינג'דיגע ענדע ווען א שטארקע ערדציטערניש האט באטראפן דאס פלאץ און גע'הרג'עט אסאך פון די ארבעטער, זי איז נאכגעפאלגט געווארן פון א העלישע פייער באגלייט פון שטאקע אויפרייסן – די ארבעט פון נוצרים אדער פון אונטערערדישע אנגעזאמעלטע גאזן פון חורבן בית שני.

אין חז"ל ווערט די גאנצע מעשה נישט דערמאנט בפירוש, צו ווייל די ווייטאג איז גרויס געווען, אדער ווייל זיי האבן געקענט באשטיין צו פארווישן סיי וועלכע קשר מיט יוליאנוס דער 'כופר', למעשה טרעפן מיר אבער דער אמורא ר' אחא – וועלכער האט געלעבט אין יענע צייט – זאגט אין ירושלמי 'בית המקדש עתיד להיבנות קודם מלכות בית דוד'.

אזוי אויך טענה'ן געוויסע אז דאס וואס ס'שטייט אין בראשית רבה (ס"ד) 'בימי רבי יהושע בן חנניה גזרה מלכות הרשעה שיבנה בית המקדש' מיינט מען טאקע אונזער מעשה.

אויך זענען דא וואס זאגן אז דער אויפשריפט אויף איינע פון די שטיינער פונעם כותל ' וראיתם ושש לבכם ועצמותם כדשא' איז פון די תקופה, און ברענגט מעגליך ארויס די געפיהלן פון א איד בשעת'ן בויען.

Robinson Arch4.jpg
Robinson Arch4.jpg (349.79 KiB) געזען געווארן 2762 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר