בערד ביי אידן אין די לענדער פון געוועזענעם עסטרייך-אונגארן

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 4005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 920 מאל

בערד ביי אידן אין די לענדער פון געוועזענעם עסטרייך-אונגארן

שליחה דורך פרנס החודש »

איך בין אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג, אין סאטמאר, מיט א זעלבסטפארשטענדליכן מיינונג דאס סאטמאר רב האט איבערגעפלאנצט אידישקייט אין אמעריקע ״פונקט ווי אין דער אלטער היים״ און די אנגענומענע מיינונג איז אז די אלטע היים איז געווען אזא מין מאה שערים ווי וויליאמסבורג.

איז געקומען די טאג וואס איך האב מחמת סיבות שונות באשלאסן אראפצונעמען בארד און פיאות און איך גיי ארום אין גאס און רעד מיט מענטשן, און עס שטעלט זיך ארויס א אינטערעסאנטע בילד, נעמליך פיל פון די עלטערע אידן בארוהיגען מיר און זאגן "זארג זיך נישט, מיין טאטע איז אויך נישט גאגאנגען א בארד און ס׳האט אים גארנישט געפעלט". ווידער דער אינגער עולם שרייט חי וקים "ווי קען מען זאגן אזא נארישקייט דאס אונזער עלטערן האבן נישט געהאט קיין בערד, ביי אונז איז ברור כשמש אז אונזערע זיידעס ביז די אבות הקדושים האבן אלע געהאט בערד". דעריבער האב איך זיך גענומען די שטארקייט און באשלאסן צו קלאר מאכן די נושא איינמאל פאר אלעמאל מיט די הילף פון די חברים, און יעדער איז געבעטן ארויסצוהעלפן מיט דעם פראיעקט עד כמה שידו מגעת און די זכות וועט אוודאי מגין זיין אויף אונזערע דורות.

באמת וואלט איך געוואלט מאכן דעם פראיעקט איבער די פרויען און די נושא פון שניידן/באדעקן די האר, נאר אזוי ווי די זאכן קען מען נישט אזוי קלאר זען אויף בילדער נעם איך זיך צו די מענער, ועל הכלל כולו יצא ווי אזוי די מצב אין יענע לענדער איז געווען.

הבהרה!!!! איך רעד נישט פון לענדער ווי פוילן און רוסלאנד ווי אפילו די פרייע האבן גערעדט אידיש און געגאנגען מיט בערד, נאר פון אונגארן, רומעניע, עסטרייך, סלאוואקיע, און אלע אנדערע מדינות פונעם געוועזענעם עסטרייך-אונגארישן אימפעריע ווי עס איז געווען אייגעפירט אז יעדער מוז גיין אין פאלקס-שולע פאר די סעקולערע לערנונגען, און קיינער האט זיך נישט געקענט ארויסדרייען, און אזוי אויך האט מען אלס בחור זיך געדארפט איבן מיט די מיליטערישע פירונגען פאר עטליכע וואכן א יאר, און ממילא איז דער עולם געווען גוט אויסגעקאכט אין די קולטור פון די מדינה און היבש מאדערניזירט,

משא"כ אין פוילן און רוסלאנד איז נישט געווען קיין חינוך חובה זענען אפילו די פרייע געבליבן מיט דעם פארצייטישן באזונדערן קולטור.
Don’t ask unless you want to hear the answer.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר