berlbalaguleh האט געשריבן:לייביששרייבער: ייש"כ. איך האב הנאה צו הערן אז ס'איז דא נאך א איד א בר דעת און מיט די ריכטיגע אידישע רגש ווי דיר. ווייל (רוב פון) די היינטיגע דור זענען שוין די דריטע אדער פערטע גענעראציע פון די האלאוקאוסט איבערלעבער. זיי האבן שוין (ליידער) נישט דעם רגש און דעם געפיהל אין זייער נשמה וואס אונז האמיר געזעהן ביי אונזערע עלטערן. און זיי פאללן ליידער פאר די פאלשע, שעדליכע און געפערליכע פראפאגאנדע וועלכע פארסמ'ט זייערע מוחות און פארשטאפט זייערע הערצער. ביי א סאך פון די היינטיגע יונגערע דור איז די גאנצע האלאקאוסט פרשה נישט מער ווי א טעאריע. און אסך פון זיי האבן ש טארקע סימפאטיע צו די דייטשע עמלקים. וויפיהל שיינע אידן אין סאטמאר'ע קהילה דרייוון טייערע קארס פון דייטשע פראדוקציע אן קיין טראפ פון נקיפת מצפון אדער לב. די ציונים, זעהסטו זענען די ריכטיגע שונאים און עמלקים.
ס'איז אפילו דא פארשידענע תינוקות שנשבו, נעבעך וואס זאגן אז די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס...! האביך געזאגט פאר אזא איינעם... פרוביר אויס . דו זאלסט זיין זעקס חדשים אונטער די ציונים און זעקס חדשים אונטער די נאציס. נאכדעים זאלסטו זאגן ווער ס'איז ערגער.. ביי די נאציס וואלטן זיי נישט געווען קיין זעקס מינוט. נישט נאר זעקס חדשים.
ס'נישט אז די ציונים (די אלטע, אריגיאנלע) זענען געווען עפעס ל"ו צדיקים. אבער צו פארגלייכן אידן צו נאציס... שומו שמיים... ווי פארשטאפט דארף מען זיין צו דעים...!
ביי אונז אינדערהיים האט מען געקענעטן חלות מיט די האנט ווי איידער ניצען א באש מאשין. Bosch Machine
ובכן מערצעדעס Mercedes אדער וואלקן וואגאן Wolks Wagen האט מען זיך ניטאמאל אריין געזעצט.
איך דארף טרעפן דעם ארטיקעל פון יארן צוריק האב איך געזעהן אז ווען דיימלער Daimler- Benz און קרייסלער Chrysler זענען אריין אין א מערדזשער אפמאך אין נאוועמבער תשנ''ח 1998 האט איינע פון די עקזעקיוטיווס א פרייער איד זיך אנטזאגט פון זיין פאזיציע ווי איידער ווערן א שותף מיט מערצעדעס וואס איז די פערענט Parent Company פון דיימלער וואס איז געווארן פאונדעד ביי די צוויי פארשאלטענע נאצי קאלאבארירער גוטליב דיימלער און ווילהעלם מעיבאך Gotlieb Daimler and Wilhelm Maybach אין 1926 תרפ''ו.
די קאמפאני האט דעמאלס געהייסען דיימלער מאטארען געזעלשאפט Daimler - Motoren-Gezellschafy.
ביידע די קאמפאניס זענען שפעטער געווארן איינס מיט א מערדזש און קרא שמו מערצעדעס בענז Mercedes Benz
ביידע די קאמפאניס זענען געווען גרויסע נדבנים פאר די וואר עפארטס War efforts לטובת דעם דייטשען קריג מאשין פאר מאטארן, מיליטערישע קארס און טראקס.
א געוואלד מיט העפטלינגען האבן ל''ע אויסגעהויעכט זייערע נשמות זייענדיג געצווינגען צו פראודעצירן די מאטארן, קארס און טראקס פאר דיימלער.
מעיבאך איז נישט באוויסט אזוי ווי דיימלער אין אט די נקידה.
עס איז נישטא קיין דירעקטע דאקומענטירטע דאקומענטן פון דיימלער'ס העפטלינגען, אבער עטוואס עדות'שאפטן פון דעם איז בנמצא. ליינט דעם ביכעל פון דיימלער בענז אין די דריטע רייך פונעם אוטער ניעל גרעיגאר Daimler - Benz in the Third Reich by Neil Gregor
אין 1988 תשמ''ח האט דיימלער געהאט א גרויסער קאנפערעמס האט דער דעמאלסדיגער דיימלער פרעזידענט עי. דזשי. דיימלער אויס געדריקט חרטה (א פייג) ביי די הויפט רעדע פונעם עווענט אויף די היסטארישע פאקט וואס פריער דא דערמאנט.
און דאן האט דער עי. דזשי. אויף געשטעלט א רימעמבערענס און פיוטשער פאונדעשאן Remeberence and Future foundation צו צושטעלן ווידער-גוטמאכונג פאר די געוועזענע העפטלינגען וואס האבן נאך געלעבט. און ווי איך צו לערנען דעם יוגענט פון די היסטארישע פאקטן וואס עס איז פארגעקומען בשעת די קריג מיט די העפטלינגען קנעכטעריי.
די היינטיגע אינגווארג האבן נישט דאס מינדענסטע אנונג, און וועלן קיינמאל נישט פארשטיין איז די צווייטע וויליס קריג איז נישט קיין באבע מעשה פון חיים אליאב'ס נאוועל באשרייבונגען. עס איז עכטע מענטשען, מיט עכטע משפחות. וואס זענען געראצחעט געווארן אויף אופנים וואס די מענטשליכער דעת קען נישט פארשטיין.
א מאמע האלט צוויי קליינע קינדערלעך שעפעלעך אין די האנט שלא טעמו טעם חטא, זיי זענען נאך אין די ווינדלען אין זייגן נאך, די שעפעלעך זענען זיך בוטח אויף זייער מאמע פאר זייער פראטעקשאן, ווי דער חובת הלבבות שרייבט. זיי וויינען נישט זייער קוים צוויי יעריגער שכל פארשטייט שוין אז וויינען איז דא נישט קיין אפציע. זיי קוקען אויף זייער מאמע מיט שרעק פארנט פונעם צר צורר היהידים דר. מענגעלע ימח''ש וזכרו און פרעגט איר, וועלעכע פון די צוויי קינדער האסטו בעסער ליב. אויב איז נישט געקומען קיין ענטפער גלייך וואס האט געשטעלט צופרידען דעם אכזור איז א קויל אין קאפ פאר דס קלענער קינד (געווענליך) זייענדיג אויף די האנט פונעם מאמען. דאס אט גרצחנטע קינד'ס בלוט הייבט אן רינען אויפן מאמען ווי פון א סינק. קענט איר זיך מצייר זיין אזא ציור? איך נישט.
דאס איז נישט א פיקציע אדער אויסגעטראכט, אונזערע עלטערן האבן דאס מיט געהאלטן טאג טעגליך נישט איין מאל א טאג, נאר צענדליגער מאל אין איין טאג.
איר פארשטייט אפי' וואס מען רעדט דא פון. די נביא איז מקונן נשים רחמניות בשלו ילדיהם. (איכה פרק ד' פסוק י')
מיינט איר א מאמע האט גענומען א לעבעדיג קינד און עס געשאחטן כדי צו האבן וואס צו עסן ?
ניין נישט דאס מיינט עס!!
עס מיינט אז זיי זענען געווארן דער-געקאכט פאר צער און יסורים זעענדיג וואס עס פאסירט מיט זייערע קינדער. (עי' ספר חומד אויף פרק הנ''ל. און ברענגט א ראי', אז עס מיינט אז זיי האבן נישט געקענט מניק זיין ווייל די ברוסטען האבן נישט געגעבן קיין מילך פון די הונגער וואס זיי האבן נעבעך געליטען. האישה הזאת אמרה אליי תני את בנך ונאכלנו היום ואת בני נאכל מחר . ונבשל את בני ונאכלהו ואומר אליה ביום האחר תני את בנך ונאכלנו ותחביא את בנה " ( מלכים - ב ו , כח - כט ) דא צייכען איך צו א לינק צו קענען זעהן דעם גאנצער פשט קלאר און דייטליך
https://kotar.cet.ac.il/kotarapp/index/ ... =104230466
איך ווייס נישט ווער דער מחבר איז, אבער דער פירוש מאכט סענס) איבעריגע ווערטער איז שוין מבחינת כל המוסיף גורע. אכמ''ל.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk