הוגה האט געשריבן:איך האב נישט קיין איבעריגע שעה און א האלב פאר דעם. קענסט געבן א בקיצור'דיגע סנאפסיס?
הוגה סאיז ווערט צו וואטשען.
שרעקליכע קאראפציע אינערהאלב די וואטיקאן וואס איז ארויסגערינען דורך די באוויסטע
״וואַטיליעקס״ וואס די פויפסט בוטלער האט געליעקט טויזנטער אפעציעלע וואטיקאן דאקיומענטן וואס האט קאנפירמירט די שרעקליכע אלעגאציעס:
דורות פון סעקסיועל מיסקאנדאקט, האררעסמענט, אַבּיוס, פּעדאָפילע (צענדליגער טויזנטער באזונדערע קעיסעס), מאַכט ראנגלענישן, נעפּאָטיזאַם, קראָוניזם, מאוני לאָנדערינג דורך זייערע אייגענע פריוואטע קאראפטירטע וואטיקאן באנק סיסטעם, אבסטראוקשען אָף יוסטיץ דורך די הויכע ראַנגיקע קארדינאלס און בישאפס צו פארדעקן זייערע גניבות און שווינדלערייען, שווערע מיליאנען יוראו געוויירט צו פארשידנע מיסטעיריזע אקאונטס, באהאלטענע טראנזאקציעס, וכו׳ וכו׳
ווען די אלע ״קאטוילישע מעשים טובים״ האט ארויסגערינען צו די גאס איז נישט געוועהן קיין ברירה. פויפסט בענעדיקט האט געמוזט רעזיגנירן פאר בושות און חרפות...
די תוצאה איז געוועהן אז זיי האבן אריינגעוועלט די היינטיגע פויפסט פראנסיס וואס איז ״א אינדורסיגער״ פון ארגענטינע - די ערשטע מאל אין 1200 וואס דער פויפסט איז נישט פון אייראפע. ווי אויך האט פראנסיס קיינמאל נישט שטודירט אין רום און זיך נישט געדרייט אין די וואטיקאן. מיט דעם האט די קאטוילישע קירכע געהאפט אז פויפסט פראנסיס וואס איז א ערליכער און א שטארקע אדוואקאט פאר איקוואלטי, און יושר וועט אראפנעמען די בזיונות און די סטיגמא פון די קירכע. וואס למעשה האט ער מצליח געוועהן למחצה ולשליש.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius