אומפארגעסליכע געדענקענישן פון די געהויבענע טעג אין וואדסטאק:

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

אומפארגעסליכע געדענקענישן פון די געהויבענע טעג אין וואדסטאק:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]בעטאל, ניו יארק – אין די דאזיגע טעג גרייטן זיך שווערע טויזענטער מענטשען זיך ארויסצולאזן צו די לופטיגע ניו יארקער בערג – אפצופייערן דאס געדענקעניש, און ווידער מיטצולעבן די גייסטרייכע מאמענטן פון די וואדסטאק-מאַניפעסטאציע. אין רעזולטאט איז טאקע ערווארטערט א שווערע גרודלאק לענגאויס די געשענגעלטע שאסייען וועלכע פירן ארויף צו די הויכע מייעסטעטישע קעסקיל בערג.

אין יענע הייסע טעג, פון מיטן אוגוסט פון יאר תשכ''ט לפ''ק – האבן מאסן חשובע יונגעלייט פון איבערן גאנצן לאנד, זיך ארויסגעלאזט צום שטעטל בית-אל וואס געפונט זיך אין אפסטעיט ניו יארק - מיטצוהאלטן א מאַניפעסטאציע - ווואס האט אפגעהאלטן פאר גאנצע דריי טעג נאכאנאנד. עפעס אידל מיטן נאמען ר' מאַקס יאַסגור האט אוועק געשאנקן זיין גראנדיזער מילך-פארעם וועלכע איז באשטאנען פון גאנצע זעקס הונדרעט אקער-לאנד פאר די מאַניפעסטאציע.

טעג איידער די מאַניפעסטאציע האט זיך געזאלט אנהייבן, איז שוין דער גאנצער פארקער אויפן 17 בי. שאסיי, געקומען צו אן האסטיגער אפשטעל. די מאסן אוטאמאבילן פון די דאזיגע וואס האבן נישט געוואלט פארפאסן אזא גייסטרייכער מאַניפעסטאציע, האבן גענצליך פאלאזירט דעם גאנצן פארקער. אזש דער עולם איז געווען געצווינגן איבערצולאזן די אוטאמאבילן אויפן שאסיי, און מאכן די רעשט פונעם וועג צו פיס, בדרך העולה בית-קל....

אמעריקע איז דאן געווען אונטערן שאטן פונעם לאנג-פארצויגענעם וויטנאם-קריג. די שרעקליכע צענעס פון די אומצאליגע קאסטנעס איינגעהילט אין אמעריקאנע פענער, וועלכע נאכאנאנד געליפטערט געווארן לעבעדיג אויפן טעלעוויזיע, האט גאר שלעכט געווירקט אויף די אמעריקאנע באפעלקערונג. אין רעזולטאט האט א שרעקליכע דעפרעסיע און אויפברויז ארום געכאפט דאס גאנצער לאנד ווי קיינמאל בעפאר. די באפעלקערונג איז געווען צושפליטערט און צוטיילט איבער דעם לאנג-פארצויגענע קריג און איר פאליטיק. דאס פאלק איז שוין געווען זאט ביז איבערן קאפ, דער פאלק האט פארלאנגט רוה און פרידן.

די היפיס באוועגונג איז דאן צושטאנד געקומען. די היפיס האבן געזוכט צו לעבן א לעבן פון שוואוילטאג און פרידן, זיי האבן נישט געוואלט וויסן פון קיין שום זארגן, זיי האבן זיך בלויז פארנומען מיט אונטערהאלטונג און צולאזטקייט. זיי האבן זיך געשפייזט זייער גייסטער פון חשיש און ווילדע מוזיק. די ווילדע ראק ענד ראל מוזיק איז א פרוכט פון די היפיס עפאכע. אלענספאלס, דער אמעריקאנער יונגווארג איז געווארן שרעקליך צולאזט, און גארנישט האט זיי נישט געקענט האלטן אין די ראמען, ס'איז געווארן יום טוב אינדערוואכן...

נאנט צו האלב מיליאן אנטוזיאסטישע יוגנטליכע, מערסטייל מיטגלידער פונעם היפיס באוועגונג, האבן זיך פארזאמלט אונטער די פרייע הימלען פון וואדסטאק. זיי האבן זיך נישט גענויטיגט אין קיין שום הומאנעריאיסטישע איינריכטונגען. מענטשליכע אפפאל איז געווען צו געפונען אומעטום, און געשלאפן איז מען אין די גאס רעגן, פארט איז דאס אנטוזיאסיזם געווען אויף די העכטע שטאפלן. די גרעסטע זינגער און שפילער און לאנד האבן אינספערירט די מאסן פארזאמלטע מיט גייסרייכע מוזיק און טענץ, אזש דער עולם איז געווען אין די לופטן... וינועו אמות הסיפים...

די מאמענטן אין וואדסטאק זענען געווען פון די סאמע העכסטע און לעבן ביי מערסטייל פון די באטייליגטע. ס'איז געווען דריי טעג פון רוה און פרידן, חשיש און ליבע, מוזיק און טענץ, אויסערדעם האט מען נישט געוויסט פון גארנישט אויף דער וועלט. דאס איז געווען אזא סארט אונטערהאלטונג וועלכע האט נישט געהאט אירס גלייכן אינעם פארגאנגענהייט און אינעם צוקנופט. די טעג אין וואדסטאק זענען געווען ריכטיגע מאמאמענטן צו געדענקן ביי די וואס האבן זיך אין איר באטייליגט.... נאך גאנצע דריי טעג הוליען און טאנצן איז זיך דער עולם צוגאנגען מיט געהויבענע געמוטער...

איי... איי... איי... ווי נעמט אזאנא ליכטיגע טעג......[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר