תכתב זאת לדור אחרון - קאראנאווירוס ארכיוו

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 626 מאל

תכתב זאת לדור אחרון - קאראנאווירוס ארכיוו

שליחה דורך קטלא קניא »

היות ס'וועט קומען א טאג (נענטער ווי מען מיינט) וואס מ'וועט לייקענען אז דעת תורה האט געהייסן זיך מאבד זיין לדעת און מען וועט מכחיש זיין דער חילול השם ווען פון דער תורה וואס ס'שטייט דערויף כי חיים הם למוצאיהם האט מען געמאכט א סם מוות און וואס האט שוין אפגעגקאסט הונדערטער נפשות, אלזאו בין אך מציע מען זאל דא ארויפשטעלן דאקומענטן, בילדער, קליפס און אלעס וואס קער זיך אן צו דעם ענין למען יעמדו ימים רבים.

עס מעג זיין צעטלעך און בריוו פון רבנים, צעטלעך פון אקעגן, גראפיקס לכאן ולכאן, גלייכווערטלעך, רעקארדירונגען פון קול און ווידיאו, לינקס אאז"וו. בקיצור אלעס וואס פארט ארום און באלד פארגעסט מען זאל דא האבן א דענקמאל. אויף טאפאטאלק נעמט עס ממש א רגע און אויף א פיסי געדוירט עס אויך נישט צו לאנג.

ביטע אויב איר ווייסט און קענט, און וועס ס'איז נישט קלאר פון דעם תוכן, שרייבט דער נאמען פון דער פארפאסער אדער רעדנער, דער שטאט וואו ס'איז מפורסם געווארן, און, גאר וויכטיג, דער דאטום דערפון אדער כאטש דער דאטום ווען איר האט עס באקומען. דערגעגן, ביטע שרייבט דא נישט הערות, קאמענטארן און דעות וואס צו זיי זענען דא גענוג אנדערע פלעצער. לאזן די דאקומענטן רעדן פאר זיך.

לְמַעַן יֵדְעוּ דּוֹר אַחֲרוֹן בָּנִים יִוָּלֵדוּ יָקֻמוּ וִיסַפְּרוּ לִבְנֵיהֶם. וְיָשִׂימוּ בֵאלֹהִים כִּסְלָם וְלֹא יִשְׁכְּחוּ מַעַלְלֵי אֵל וּמִצְו‍ֹתָיו יִנְצֹרוּ. וְלֹא יִהְיוּ כַּאֲבוֹתָם דּוֹר סוֹרֵר וּמֹרֶה דּוֹר לֹא הֵכִין לִבּוֹ וְלֹא נֶאֶמְנָה אֶת אֵל רוּחוֹ.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר