אוניווערסאל מאראליטעט געגן שמאל-זיניגע רעאליטעט און גורל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4222
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3602 מאל

אוניווערסאל מאראליטעט געגן שמאל-זיניגע רעאליטעט און גורל

שליחה דורך טאמבל סאס »

וואטשענדיג פארשידענע האלאוקאוסט מאוויס און דאקומענטריס איז מיר איינגעפאלען עטליכע געדאנקען וואס איך זוך אויסצושמועסן.

סיי צווישן די אידן, און סיי צווישן די צוררים, די גרמנים אדער זייערע מיטהעלפער זעען מיר בעיקר צוויי מינים מענטשן און ליידער כמעט נישט פון די צווייטע מין, ווי איך וועל אט אויסשמועסן.


איין מין איז דער וואס ווען פעיסד מיט א געוויסע שווערע מאראלישע דילעמע (מוז נישט אפילו זיין שוווער לפי ראות עיניהם באותו זמן) זאגט, וואס איז דער רעאליטי כעת עתה? וואס וועט פאסירן אויב טוה איך א' קעגן ב'? ד.ה. וואס זענען די קאנסעקווענצן? וואס זענען מיינע באפעהלן און דיוטיס? אדער וואס זענען מיינע שאנסן צו איבערלעבן וכו'? אלעס איז א פשוטע עקענאמישע אדער לאגישע אויסרעכענונג. לדוגמא:

אין סאביביאר, פארציילן זיי, האבן אייניגע קאצעטן געמאכט א פראוו צו אנטלויפן און אלס שטראף האט דער קאמענדאנט געפיקט פופצן (בערך) אידן און געזאגט זיי זאלן יעדערער אויסוועלן א שותף צו ווערן געהארגעט מיט זיי פון צווישן די איבריגע. ווען זיי האבן קודם זיך געגנגעשטעלט צו אזא פארשלאג, האט דער אויבערשארפירער, וואגנער האט ער געהייסן, געזאגט אז אויב זיי וועלן נישט אליין אויסוועלן וועט ער אויסוועלן פופציג אנשטאט דרייסיג. און זיי האבן זיך אונטערגעגעבן און געפאלגט.

געגן דעם, נעם א מעשה פון א געסטאפא מאן וואס הייסט א מאמע טשוזן איינע פון צווישן דריי פון אירע קינדער וועלכע צו פארשוינען פון טויט און זיי גייט אהיים אהן קיינעם צוליב וואס זי איז נישט אומשטאנד אזא טשויס צו מאכן.

בכלליות, האבן אסאך קאצעטניקעס שפעטער געזאגט אז זיי האבן זיך צוריקגעהאלטן פון אנטלויפן פון לאגער וכדומה ווייל די דייטשן האבן געסטראשעט (און אויסגעפירט) אז פאר יעדן וואס אנטלויפט אדער פרובירט צו אנטלויפן וועלן זיי הארגענען צען.

ממה נפשך, אויב האבן יחידים אזוי געפיהלט א רעספאנסיביליטי איינער פאר די אנדערער אז זיי זענען מסכים געווען אזוי מקריב צו זיין זייערע אייגענע לעבן פאר די כלל (און נישט מאכן א פראוו צו אנטלויפן) וואו זענען די זעלבע יחידים געווען און וואו איז זייערע רעספאנסיביליטי איינער פאר'ן צווייטן געווען ווען אידן האבן אזויפיהל מאל געהאט די מעגליכקייטן צו מאכן א מהומה בשעת ווען הונדערטע מענטשן זענען געהיטן אדער געפירט געווארן ביי א מועט דייטשן אדער זייערע מיטהעלפער און דעמאלטס זיך מקריב זיין פאר'ן ציבור אפילו כאטש בבחינת United Airlines Flight 93? (און דאס רעד איך על אף די פארנארונגען און מעשה'לעך וואס די דייטשן זענען געווען מומחים אין) כש"כ ווען ס'וואלטן זיכער געווען אסאך מאלן וואו אפילו אויב זיי זעלבסט וואלטן ערמארדעט געווארן וואלטן אנדערע געראטעוועט געווארן? וואו איז די אחדות ישראל און די כל ישראל ערבים געווען דאן?

איך קען אוודאי נישט דן זיין די מענטשן ווען איך בין נישט דארט געווען און קיינמאל נישט איבערגעלעבט אזאנס אבער טראכטענדיג וואלט איך געזאגט אז איך וואלט געזאגט דעם דייטש וואגנער ער זאל זיך גיין אונטערווישן און זאל אפילו סטראשען יעדעם אויסצוהארגענען און איך וועל נישט קיינעם אויסוועלן צו ווערן געהארגעט צוזאמען מיט מיך! א מענטש קען נישט "פארווערדן" זיין אייגענעם שלעכטן בחירה און עונש דארויף, אויף א צווייטן, נאר ווייל דער צווייטער האט געהאט די ברירה עס אפצוהאלטן ווען ער ערשט האט זעלבסט דער שלעכטער באשלוס אנגענומען - אדער בעסער געזאגט - אונגעהויבן ראולן. אז דער דייטש איז מחליט צו הארגענען פופציג מענטשן ווייל איך האב נישט געוואלט אויסקלייבן עמיצן מיט מיר געהארגעט צו ווערן, איז זיין גיהנום נאך גרעסער, איז ער נאך א גרעסערער רשע - און די גיהנום איז גענוג גרויס אים צו פארנעמען. גאט'ס צארן איז אהנע סוף זיך אפצורעכענען מיט אים. דאס אז איך האב געהאט די ברירה עס צו פארמינערן און איך האב נישט, די שטראף פארדעם גייט אויך אויף זיין קאפ, ווייל ער האט דאך מוסיף געווען חטא אל פשעו. צו וועלן אויך א צווייטן מהפך זיין צו א שופך דמים.

איך, אלס מענטש מיט אן אייגענעם ווילן און כח הבחירה טאר נישט און קען נישט אוועקנעמען א צווייטנ'ס לעבן אפילו מיט א מחשבה, אפגעזען מיט וואס מ'סטראשעט מיר נאר.. וואס ער וועט טוהן נאכדעם, ווייס איך דאך נישט פון פריער. און ס'איז נישט מיין מקום דאס אויסצורעכענען. נאר גאט ווייסט עתידות. אפשר וועט ער תשובה טוהן א רגע דערנאך און מחליט זיין נישט אויסצווועלן די פופציג מכל מקום און אפשר וועט ער כאפן א בלוט שטורץ און פייגערן אויפ'ן ארט. איך אבער וועל קיינמאל נישט קענען לעבן דערמיט. אלזא, די שליסל דא איז: די שולד געפיהלן. נישט אזוי ווייט די פאקטישע פרטים, וואס ס'האט למעשה פאסירט, וויפיהל מענטשן ס'זענען געהארגעט געווארן אדער ווי אזוי דאס איז דורכגעפירט געווארן. אדער אפילו צו איך זעלבסט ווער געהארגעט מחמת זה און רק מחמת זה. די עיקר איז, איז מיין געויסן פריי אדער נישט? קען איך זאגן ידי לא שפכו אדער נישט? א מענטש מוז אליינס טראגן די קאנסעקווענצן פון זיינע עקשאנס. נישט עס טיילן מיט א צווייטן, ספעציעל נישט מיט זיין קרבן.

און דו מיינסט אוודאי זיי האבן נישט געהאט קיין געויסן, די דייטשן? גיי זע וויפיל האבן זיך גענומען דאס לעבן נאכ'ן קריג און אפילו ביים קריג, די רעפארטס וואס די קאמאנדירן האבן געשריבן צו זייערע אויבערהארן, איבער די פסיכישע אויסברוכן, דעפרעשאן וואס האבן געפלאגט די שיסער און די וואס האבן אנטיילגענומען אין די מערדערייען. אזוי ווייט אז זיי האבן מער נישט געוואלט דאס אויספירן און כסדר געזוכט תירוצים זיך ארויסצודרייען פון "אריינקומען צו די ארבעט". זייערע מענטשליכע פונק, דער געטליכער פייערעל, slowly caught up with them.. דאס וויל איך אז וואגנער זאל שפירן און אליינס טראגן. איך וויל די שולד געפיהלן נישט שעהרן מיט אים. ימש"ו.

די אויסגערעכנטע מענטשן זעען מיר וואו אימער און מיר טרעפן זיי אין פילע פארעמען דורכאויס דער קריג. פון די אידנראט וואס זאגן מיר האבן געזוכט בעסער צו מאכן די מצב כאטש ווי ווייט מעגליך פאר יענע מצבים, די קאפאוס זאגן, אז נישט אונז וועט זיך טרעפן א צווייטער אסאך ערגער און עקשולי, אזוי קענען מיר אסאך צוהעלפן שטילערהייט און מאכן בעסער כאטש פאר א מועט. די זאנדער קאמאנאדאס זאגן, אזוי האבן מיר כאטש אויסגעקויפט אפאר טאג לענגער צו לעבן און נאך א טאג שאנס זיך איין טאג ארויסצוזען פון דא. מיר מאכן כאטש די לעצטע מינוטן פון די קרבנות, ארומגענומען מיט פאמיליע, נישט אזוי טראגעדיש ווי עס וואלט ווען געקענט זיין. קוק, דא איז געווען איינער וואס האט פרובירט א אידענע צו פארציילן דעם אמת און ס'איז געווארן אזא בהלה און נישט נאר האט מען זי נישט געגלויבט נאר די נאציס האבן דעם זאנדערקאמאנדא, וואס האט זיך פארציילט, מגלה געווען און אים אריינגעווארפן אין אויבן לעבעדיגערהייט. מיר ווילן אזא סוף נישט פאר אונז. און אויסזאגן וועט נישט נאר כלום נישט העלפן נאר נאך ערגער מאכן פאר זיי און פאר אונז.

דער ליטווואקישער שיסער פון די איינזאץ גרופן זאגט אז ער האט געהארגעט די בעיביס אויך, ווייל אז נישט וואלטן זיי געבליבן אהנע מאמעס זיי אויפצוהאדעווען... און די עלטערן האט ער יעדן זיכער געמאכט צו שיסן אין ציהל ווייל אז נישט וואלטן זיי דערווערגט און דערשטיקט געווארן אין גרוב - וואלט עס אסאך אן ערגערער טויט געווען. קוקט וואספארא בעל רחמנות ער איז נאך. און גאר א פראקטישער מענטש.. איי ס'איז געווען אזעלכע וואס האבן עס ארויסגעמאכט פון גרוב? און זיי זענען דאך אזוי אנגעטרונקן געווען אז אויב האבן זיי מצליח געווען צו טרעפן אין ציהל איז עס א נס געווען?

אטא אלענדארף, איינע פון די הויפטן פון איינע פון די פיהר איינזאצגרופן יוניטס ( אלע צוזאמען וואס זענען באשטאנען פון 30,000 מאן און אפגעשאסן האבן זיי בערך 1.5 מיליאן אידן שאצט מען. און נאר 200 פון זיי האט מען לבסוף פארמשפט) האט געזאגט ביי זיין טרייעל, אז דאס, די הארגענען די אידן אין בורות, האט ער געטוהן ווייל דאס האט ער באמת האט געמיינט די באלשוועיקן. היות די באלשעוויקן ווילן אונז הארגענען איז עס אונזער פליכט בבחינת השכם להרגו זיי צו הרגענען קודם. נאר יעדער האט דאך געוואוסט אז די אידן זענען סינאנימעס מיט די באלשעוויקן, במילא איז דאס איין זאך. און זייערע קליינע קינדער פארוואס? אה, זיי וועלן דאך אויפוואקסן, וועלן זיי דאך אויך זיין פיינט פונעם רייך - דיזע ווערטער זענען נישט צופיהל אנדערש פון זיין אויבערהאר, אייכמאן. ער האט נאר צוגעלייגט א קוועטש. וועלן זיי וועלן עלטער ווערן, און אויסגעפונען וואס מ'האט צו זייערע עלטערן געטאן, וועלן זיי דאך פיל ווערט מיט נקמה - נו, הארגעט מען זיי שוין אצינד על שם העתיד די בני סוררים ומוררים. אויסגעחשבנ'טע מענער, וואס ווייסן נישט בלויז די הוה גענוי נאר קענען גאר אויסרעכענען די עתיד. זיי ווייסן אלצדינג וואס זיי קענען טוהן, וואס יענער וועט טוהן אין טוירן לעתיד און צוריק היינט וואס זייערע דיוטי מוז אלזא זיין און קען קלאר בארעכטיגט ווערן. בקיצור, עס איז קאווערד מכל הצצדדים. א קאפ וואס טראכט גענצליך אויף א סייענטיפישע מהלך.

מען טאר אוודאי נישט זאגן אזוי און ס'איז א בזיון צו אונזערע עלטערן און די זעקס מיליאן קדושים אבער אסאך מאל ווילט זיך מיר טעאריזירן אז רוב די פארבליבענע אידן וועמענ'ס גורל איז אויסגעקומען צו פאלן אונטער די הענט פון די דייטשן און זייערע מיטהעלפער, די ליטוואקן און אוקרענער זענען געווען פאדדער, נישט אנדערש ווי די מיליאנען סאלדאטן וואס סטאלין און היטלער האט געשיקט צום פראנט און די מערהייט פון וואס יעדע לאנד באשטייט פון. פאדדער פון דאס אידישע פאלק וועמען די מנהיגים האבן אויסגעהאדעוועט, אויסגעזויגט און דערנאך מפקיר געווען. און אלע עכטע מנהיגים אדער מענטשן מיט אן אייגן מצפון, מענטשן וואס טראכטן פאר זיך און מאכן מאראלישע זעלבסשטענדיגע החלטות אהן נעמען און חשבון צו ס'לוינט זיך פאר זייערע אייגענע פערזענליכע אינטערעסן אדער וועט נושא זיין אימידיעט רעזאלץ האבן אדער געהויבן פיס און אנטלאפן אין צייט אדער זענען געווען פון דיע וואס זענען אומגעקומען פרובירנדיג צו אנטלויפן אדער זיך געגנשטעלן אנטקעגן וואס איז געווען אנגעשריבן פאר זיי (ווי דער אלטער וואס דערלאנגט א פראסק פאר דעם דייטש אין פנים אויפ'ן טרעין פלאטפארם ביים אנקום אין סאביבאר). נישט מיט אן איינגעבויגענעם האלז ווי א פאלגזאמע לעמעלע*. נאר א שאד אז כלל ישראל האט נישט געהאט מער פון זיי. אבער איך ווייס דאך אז דער טעאריע איז נישט אמת. מען רעדט דאך פון מענטשן וואס האבן געהאט און געלעבט א חיים ווי אלעמען ביז'ן קריג. געפרייט זיך, געטרויערט און געליבט ווי אלעמען. אלזא בלייבט מיר שווער און דאס זוך איך אויסצושמועסן..

*(ווי עס האט פארציילט איינע, א מיידעלע וואס האט אבזעווירט באבי יאר שחיטה פון די פענצטער פון אירע אטיק. האט זי געזעהן ווי א גרופע מיידלעך האבן זיך אנטזאגט אויסצטוהן די קליידער איידערן ווערן געשאסן. און האבן מיט די הענט אטאקירט זייערע רוצחים, ביז דער דייטש האט זיך אזוי אויפגערעגט האט ער זיי געשאסן אין די קליידער און אריינגעווארפן אין גרוב מיט די הענט. יעצט שטעל דיך פאר ווען יעדער זאל אזוי טאהן, ווי "אינעפישענט" און "טיים קאנסיומינג" וואלט דאס געווען. און איי איי איי, אסאך מער פון היסטערישע טרערן פון זקנים נשים וטף ווייסן מיר דאך ווי שטארק דער דייטש קען נישט פארליידן "אינעפישענסי און אנ-קארפעראציע"... מען פארלירט דאך צייט, געלט (אין די קליידער וכו') און מען-פאווער (מ'דארף שפעטער זיי באזונדער אויסטוהן.) אזא געשעפט וואלט פילייכט אלעס פיהל פארשטאטערט.

וויפיל מער ארבעט וואלטן זיי און זייערע מיטהעלפער געהאט אויב די אידנראט און די אידישע פאליציי אנטזאגן זיך צו קארפערירן, נישטא קיינע רעגיסטראציעס, קיינע נעמען, קיינע פארמעגנס טאטאלן, נישטא קיינע קאפאוס, נישטא קיינע זאנדערקאמאנדאס און די אידן גרובן נישט זייערע אייגענע קברים, טוען זיך נישט אליינס אויס, לייגן זיך נישט שיין אויס וכו' וכו' און נאך הונדערטער דוגמאות.

נאר אפשר טראכט איך, אזוי ווערי סימפליסטיקלי, איז דאס געווען א חלק פון דער כאראקטער פון דעם איד? איינס, מען פארלאזט זיך אלעמאל אויף יענעם אז יענער וועט שוין ערלעדיגן און טוהן די ארבעט פאר אונז און צוויי, ווען יענער, דער מאכער, עסקן, אלץ-ווייסער זאגט איז קודש קדשים ווייל איך קען דאך גארנישט אליינס, אז ווען עס קומט ווען מען דארף עס אליינס טוהן, אדורכפירן א געוואגטע זאך, ווען מען דארף ארבעטן אויף די אייגענע אינציאטיווע, איז מען אומבאהאלפן און צוויי לעומת מה שלפנינו, ווען דער אין מינימעל אויטאריטעט הייסט אדער באפעלט, פאלגט מען באלד און מען איז נישט אומשטאנד צו טראכטן פאר זיך? ווער ווייסט..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר