ציפערן פון אידן אין פוילן און די אידן פראגע אין אמעריקע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

ציפערן פון אידן אין פוילן און די אידן פראגע אין אמעריקע

שליחה דורך פארשטאנד »

ליינענדיג דעם בוך "יענקל'ס קרעטשמע" איבער אידישע קרעטשמעס אין פוילן, האב איך געלעהזט וואס ער שרייבט אין די הקדמה (הערה 18), אז די דורכשניטליכע גרויס פון א אידישע פאמיליע אין תקע"ה (1814) איז געווען 4.5! צו א טאטאל פון 212,944 אידן אין פוילן.

דאס אליין איז מיר געוועהן א חידוש, איך האב אלס געטראכט אז אידן האבן געהאט גרעסערע משפחות (אריינגערעכנט די געשטארבענע קינדער ל"ע). איך וואלט געוואלט הערן צו איינער האט עפעס צוציגעבן דערויף? (אגב אינעם זעלבן בוך, אז א פויליש גוי'איש פאמיליע האט געהאט 2.5 קינדער דאן, אויך מיר געווען א חידוש).

למעשה, הונדערט פופציג יאהר שפעטער האט מען אומגעבראכט א דריי מיליאן פוילישע אידן. וואס ברענגט מיר צו טראכן, ווי האלט מיר יעצט אין אמעריקע נומערן-ווייז, און צו וועט באחד מין הימים זיין א ברייטפארצווייגטע 'אידישע פראגע' אין אמעריקע?

ווי אימער אין די וועלט א מיניאריטעט שטייט ארויס צו שטארק, ווערן זיי אן אישו, וועט די אידישע באפעלקערונג אין אמעריקע - אדער ניו יארק - זיין א דיסקוסירטע אישו?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארשטאנד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר