די שפאנישע אינקוויזיציע:

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

די שפאנישע אינקוויזיציע:

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 07, 2021 10:35 am

נאך פון אלס קליין קינד - זענען מיר געווען געוואוינט צו ליינען די העכסט-שרעקדיגע געשיכטעס פון די טרויעריג-בארימטע אינקוויזיציע. די האר אויפשטעלענדע פיינונגס מעטאדן - מיט וועלכע די געהיימע אינקוויזיציע ריכטער געקליידעט אין שווארצן, האבן זיך באנוצט זיך צו אינזדעקעוועטן אויף זייער קרבנות, האבן אונז פאראורזאכט נישט ווייניג שלאפללאזע נעכט, די שווארצטע קאשמארן האבן אונז נאכגעיאגט ווי א שאטן אין חדר ביים פארלערנען, נאך א נאכט ליינען די שוידערליכע געשיכטעס פון די אינקוויזיציע . נעמליך, פילע פון די געשיכטעס איבער אינקוויזיציע - א שטייגער ווי די געשיכטעס פון דון מאנועל און זיין זון דיעגא למשפחת אגולאר, פארמאגן ווארשיינליך נישט קיין שום שטאנדהאפטיכע האפט פון אן היסטארישער שטאנדפונקט. אלזא וואס איז ווירקליך זיך פארלאפן דארט אין שפאניע אין יענע שווארצע עפאכע פון די אינקוויזיציע?

אין יאר קנ''א, ארום הונדרעט יאר איידער גירוש שפאניע, האט אויסגעבראכן שווערע אומרוהען איבער דאס גאנצער אייבערישן האלבאינזל. אייראפע האט זיך נאך דאן געהאלטן אינמיטן אויסקורירן פון די שווארצע עפעדעמיע, א עפעדעמיע וואס האט פארניכטעט מער פון א דריטל פון די באפעלקערונג אין אייראפע. ווי עס איז געווען די שטייגער פון די גוים אין די מיטלאלטערישער עפאכע, האבן זיי אן קיין שום האפט באלד באשולדיגט די אידן אין די גראנדיעזע קאטאסטראפע, זיי האבן ארגומענטירט אז די אידן האבן בייזוויליג פארגיפטעט די וואסער קוואלן. אין רעזולטאט האט זיך אראפגעלאזט איבער גאנץ אייראפע א מבול פון שרעקליכע רדיפות אויף די אידישע באפעלקערונג. די פארפאלגונגען זענען געווען אזוי שטארק, אזש מאנכע האבן נעבאך נישט געקענט מער ביישטיין די פארפאלגונגען, און זיי האבן זיך ליידער געטויפט צו קריסטנטום, האפענדיג אז אזוי וועלן די קריסטן אראפקריכן פון זייער גענאק.

מערסטייל פון די אידן וואס האבן זיך דאן געטויפט, זענען אין געהיים ווייטער פארבליבן תורה געטרייע אידן, און זיי האבן ווייטער פארגעזעצט איינצוהאלטן תורה אין מצוות לויט ווי ווייט די אומשטענדן האבן ערלויבט. די קאטוילישע קירכע האט דאס גוט געוויסט, דערפאר האבן זיי נישט ערלויבט אז די נייע קריסטן זאלן זיך פולקאם איינגלידערן צווישן די קריסטליכע געזעלטשאפט. אין רעזולטאט האבן זיך די נייע קריסטן געפונען צווישן האמער אין נאגל. נאכמער די קריסטליכע טערמינאָלאָגיע ערלויבט נישט פאר קיין איד אדער א מסולמענער וואס האט זיך איינמאל געטויפט צו קריסטנטום, זיך צורוקצוקערן צו זיין פריערדיגער גלויבן. איינמאל מ'נעמט איין אן איינשפריץ פון זייערער זויערע שמד-וואסער – פארבלייט מען אלס אן אייביגער שמייליגער קריסט אין די אויגן פון די קירכע, און עס איז נישט פארהאן קיין וועג אויף צוריק. אין רעזולטאט זענען די נייע קריסטן געווען נישט אהער און נישט אהין. און דאס האט געשאפן א שווערער דילעמע פאר די קעניגרייך אין שפאניע.

דער גרויסער קנאי 'טאמעס טאָרקוועמאַדאַ' דער הויפט פון די קירכע אין שפאניע, האט דאס נישט געקענט מער דערלאזן. ער האט מיט די גוטהייסונג פון די קעניגרייך געגרונדעט א ספעציעלער איינהייט, אזא סארט געהיימע שטאטס-פאליציי, וואס האט זיך גערופן די אינקוויזיציע. זייער אויסשליסליכסטע מיסיע איז געווען, צו פארפאלגן די דאזיגע נייע קריסטן. און וועמען מ'האט געכאפט פראקטיצירן אידישקייט, איז פארברענט געווארן א לעבעדיגער אויפן שייטערהויפן. אבער אפענע אידן האבן ווייטער געקענט פראקטיצירן מיט זייער אידישקייט אומגעשטערט. די דערבארמדיגע קריסטן, האבן דאס חלילה נישט געטאן בלויז צוליב רשעות, נאר זיי האבן פשוט רחמנות געהאט אויף די אומגליקליכע נשמות. און זיי האבן געגלייבט אז מיטן פארברענען די קערפער פון די זינדיגע פארשוינען, וועלן די פארברענטע נשמות גענוסן פון די אייביגער ליכט פון יעזעס דער געקרייצטער אין די העכערע סעפערן.

אין יאר רנ''ב האבן זיך די צוויי קעניגרייכן אינעם אייבערישן האלבאינזל, אראגאן און קאסטילע פאראייניגט. מיט די הייראט פון קעניג פערדינאנד דער צווייטער פון אראגאן, צו זיין פרוי די קעניגן איזעבעלא פון קאסטילע. די פאראייניגטע קעניגרייך האבן אינאיינעם באוויזן איינצונעמען און צו באזיגן דאס לעצטער פעסטונג פון די איסלאמישע קעניגרייך אינעם אייבערישן האלבאינזל – די שטאט גראַנאַדאַ אין דרום שפאניע. דאס רשעותדיגער פארפאלק זענען געווען שיכור פון פרייד, און זיי האבן געזוכט עפעס מיט וואס אפצודאנקן יעזעס פון נצרת, פאר זיין גרויס גענאדע, און זיין אנגעבליכער הילף צו באזיגן די געמיינע כופרים אין שפאניע.

טאָרקוועמאַדאַ האט אויסגענוצט די גינסטיגער געלגנהייט, און ער האט באיינפלוסט פערדינאנד און איזעבעלא, ארויסצוטרייבן אלע אידן פון שפאניע. ער האט ארגומענטירט אז די נייע קריסטן היטן אידישקייט אין געהיים, בלויז צוליב דעם וואס זיי זענען נאכאלץ אין נאנטע קאנטאקטן מיט די אידן. די נייע קריסטן פלעגן זיך נאכאלץ באטיילונגן אין די קידישים און אין די שלום זכרים פון זייער געוועזענע אידישע ברודער, וואו זיי האבן זיך אנגעגעסן מיט גאלערעטע און מיט געהאקטע לעבער, פארשוואנקן מיט אונגארישער שליוואוויטץ. טאָרקוועמאַדאַ האט ארגומענטירט אז דאס מאכט זיי זינדיגען, און דאס פארמיידט זיי פון זיין ערליכע קריסטן. ס'איז נישט פארהאן קיין אנדערע וועג, נאר מ'מוז זאפארט דעפארטירן אלע אידן פון שפאניע... האט טאָרקוועמאַדאַ געדינערט...

דער פינאנץ מיניסטער דון יצחק אברבנאל, האט אנגעווענדעט אלע מיטלן אז די קעניג און די קעניגן זאלן נישט באיינפלוסט ווערן פון דעם גיפטיגער שלאנג טאָרקוועמאַדאַ, אבער אן קיין ערפאלג. דער רשעות'דיגער דעקרעט איז ארויס... און אין די טעג פון תשעה באב רנ''ב זענען מער ווי א האלב מיליאן אידן געווען געצווינגן צו נעמען דעם וואנדער שטעקן אין די האנד, און פליכטן פון דעם אייבערישן האלבאינזל, וואו זיי האבן געוואוינט פאר הונדרעטער יאר!

ווי ס'האט זיך ווירקליך ארויסגעשטעלט איז טאָרקוועמאַדאַ געווען היפש גערעכט! זינט די אידן האבן פארלאזט שפאניע, האבן זיך די אינקוויזיציעס היפש פארמינערט! די נייע קריסטן זענען ליידער גענצליך אסימעלירט געווארן צווישן די קריסטליכער באפעלקערונג, און ס'איז ליידער חסר שבט מישראל...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2156
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2749 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יוני 07, 2021 12:26 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום מאנטאג יוני 07, 2021 1:15 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3405
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1840 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 07, 2021 12:31 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום מאנטאג יוני 07, 2021 1:15 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2156
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2749 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יוני 07, 2021 12:47 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום מאנטאג יוני 07, 2021 1:14 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3405
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1840 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יוני 07, 2021 12:48 pm

.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3405
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1840 מאל

הודעהדורך כרם זית » מאנטאג יוני 07, 2021 5:32 pm

.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 540 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל

Re: די שפאנישע אינקוויזיציע:

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 07, 2021 6:48 pm

.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1101
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל

Re: די שפאנישע אינקוויזיציע:

הודעהדורך טמיר » מאנטאג יוני 07, 2021 6:50 pm

.

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » דינסטאג יוני 08, 2021 12:17 am

צו מאכן א סך-הכל פון די לעצטע זיבן תגובות, לאמיר פארצייכענען די פאלגענדע (זיבן פינטלעך): .......
עד כאן דבריהם הקדושים.

כ'מוז זאגן, אז כ'האב שוין לאנג נישט געהערט אזעלכע קלארע און בעיקר 'דייטליכע' רייד.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 448
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 08, 2021 10:11 am

ארי נוהם: איך וואלט דיר געגעבן א לייק (אפילו מער ווי איינס.). נאר איך ווייס נישט אויף וואס...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14816
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9674 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט