די שפאנישע אינקוויזיציע:

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3329 מאל

די שפאנישע אינקוויזיציע:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]נאך פון אלס קליין קינד - זענען מיר געווען געוואוינט צו ליינען די העכסט-שרעקדיגע געשיכטעס פון די טרויעריג-בארימטע אינקוויזיציע. די האר אויפשטעלענדע פיינונגס מעטאדן - מיט וועלכע די געהיימע אינקוויזיציע ריכטער געקליידעט אין שווארצן, האבן זיך באנוצט זיך צו אינזדעקעוועטן אויף זייער קרבנות, האבן אונז פאראורזאכט נישט ווייניג שלאפללאזע נעכט, די שווארצטע קאשמארן האבן אונז נאכגעיאגט ווי א שאטן אין חדר ביים פארלערנען, נאך א נאכט ליינען די שוידערליכע געשיכטעס פון די אינקוויזיציע . נעמליך, פילע פון די געשיכטעס איבער אינקוויזיציע - א שטייגער ווי די געשיכטעס פון דון מאנועל און זיין זון דיעגא למשפחת אגולאר, פארמאגן ווארשיינליך נישט קיין שום שטאנדהאפטיכע האפט פון אן היסטארישער שטאנדפונקט. אלזא וואס איז ווירקליך זיך פארלאפן דארט אין שפאניע אין יענע שווארצע עפאכע פון די אינקוויזיציע?

אין יאר קנ''א, ארום הונדרעט יאר איידער גירוש שפאניע, האט אויסגעבראכן שווערע אומרוהען איבער דאס גאנצער אייבערישן האלבאינזל. אייראפע האט זיך נאך דאן געהאלטן אינמיטן אויסקורירן פון די שווארצע עפעדעמיע, א עפעדעמיע וואס האט פארניכטעט מער פון א דריטל פון די באפעלקערונג אין אייראפע. ווי עס איז געווען די שטייגער פון די גוים אין די מיטלאלטערישער עפאכע, האבן זיי אן קיין שום האפט באלד באשולדיגט די אידן אין די גראנדיעזע קאטאסטראפע, זיי האבן ארגומענטירט אז די אידן האבן בייזוויליג פארגיפטעט די וואסער קוואלן. אין רעזולטאט האט זיך אראפגעלאזט איבער גאנץ אייראפע א מבול פון שרעקליכע רדיפות אויף די אידישע באפעלקערונג. די פארפאלגונגען זענען געווען אזוי שטארק, אזש מאנכע האבן נעבאך נישט געקענט מער ביישטיין די פארפאלגונגען, און זיי האבן זיך ליידער געטויפט צו קריסטנטום, האפענדיג אז אזוי וועלן די קריסטן אראפקריכן פון זייער גענאק.

מערסטייל פון די אידן וואס האבן זיך דאן געטויפט, זענען אין געהיים ווייטער פארבליבן תורה געטרייע אידן, און זיי האבן ווייטער פארגעזעצט איינצוהאלטן תורה אין מצוות לויט ווי ווייט די אומשטענדן האבן ערלויבט. די קאטוילישע קירכע האט דאס גוט געוויסט, דערפאר האבן זיי נישט ערלויבט אז די נייע קריסטן זאלן זיך פולקאם איינגלידערן צווישן די קריסטליכע געזעלטשאפט. אין רעזולטאט האבן זיך די נייע קריסטן געפונען צווישן האמער אין נאגל. נאכמער די קריסטליכע טערמינאָלאָגיע ערלויבט נישט פאר קיין איד אדער א מסולמענער וואס האט זיך איינמאל געטויפט צו קריסטנטום, זיך צורוקצוקערן צו זיין פריערדיגער גלויבן. איינמאל מ'נעמט איין אן איינשפריץ פון זייערער זויערע שמד-וואסער – פארבלייט מען אלס אן אייביגער שמייליגער קריסט אין די אויגן פון די קירכע, און עס איז נישט פארהאן קיין וועג אויף צוריק. אין רעזולטאט זענען די נייע קריסטן געווען נישט אהער און נישט אהין. און דאס האט געשאפן א שווערער דילעמע פאר די קעניגרייך אין שפאניע.

דער גרויסער קנאי 'טאמעס טאָרקוועמאַדאַ' דער הויפט פון די קירכע אין שפאניע, האט דאס נישט געקענט מער דערלאזן. ער האט מיט די גוטהייסונג פון די קעניגרייך געגרונדעט א ספעציעלער איינהייט, אזא סארט געהיימע שטאטס-פאליציי, וואס האט זיך גערופן די אינקוויזיציע. זייער אויסשליסליכסטע מיסיע איז געווען, צו פארפאלגן די דאזיגע נייע קריסטן. און וועמען מ'האט געכאפט פראקטיצירן אידישקייט, איז פארברענט געווארן א לעבעדיגער אויפן שייטערהויפן. אבער אפענע אידן האבן ווייטער געקענט פראקטיצירן מיט זייער אידישקייט אומגעשטערט. די דערבארמדיגע קריסטן, האבן דאס חלילה נישט געטאן בלויז צוליב רשעות, נאר זיי האבן פשוט רחמנות געהאט אויף די אומגליקליכע נשמות. און זיי האבן געגלייבט אז מיטן פארברענען די קערפער פון די זינדיגע פארשוינען, וועלן די פארברענטע נשמות גענוסן פון די אייביגער ליכט פון יעזעס דער געקרייצטער אין די העכערע סעפערן.

אין יאר רנ''ב האבן זיך די צוויי קעניגרייכן אינעם אייבערישן האלבאינזל, אראגאן און קאסטילע פאראייניגט. מיט די הייראט פון קעניג פערדינאנד דער צווייטער פון אראגאן, צו זיין פרוי די קעניגן איזעבעלא פון קאסטילע. די פאראייניגטע קעניגרייך האבן אינאיינעם באוויזן איינצונעמען און צו באזיגן דאס לעצטער פעסטונג פון די איסלאמישע קעניגרייך אינעם אייבערישן האלבאינזל – די שטאט גראַנאַדאַ אין דרום שפאניע. דאס רשעותדיגער פארפאלק זענען געווען שיכור פון פרייד, און זיי האבן געזוכט עפעס מיט וואס אפצודאנקן יעזעס פון נצרת, פאר זיין גרויס גענאדע, און זיין אנגעבליכער הילף צו באזיגן די געמיינע כופרים אין שפאניע.

טאָרקוועמאַדאַ האט אויסגענוצט די גינסטיגער געלגנהייט, און ער האט באיינפלוסט פערדינאנד און איזעבעלא, ארויסצוטרייבן אלע אידן פון שפאניע. ער האט ארגומענטירט אז די נייע קריסטן היטן אידישקייט אין געהיים, בלויז צוליב דעם וואס זיי זענען נאכאלץ אין נאנטע קאנטאקטן מיט די אידן. די נייע קריסטן פלעגן זיך נאכאלץ באטיילונגן אין די קידישים און אין די שלום זכרים פון זייער געוועזענע אידישע ברודער, וואו זיי האבן זיך אנגעגעסן מיט גאלערעטע און מיט געהאקטע לעבער, פארשוואנקן מיט אונגארישער שליוואוויטץ. טאָרקוועמאַדאַ האט ארגומענטירט אז דאס מאכט זיי זינדיגען, און דאס פארמיידט זיי פון זיין ערליכע קריסטן. ס'איז נישט פארהאן קיין אנדערע וועג, נאר מ'מוז זאפארט דעפארטירן אלע אידן פון שפאניע... האט טאָרקוועמאַדאַ געדינערט...

דער פינאנץ מיניסטער דון יצחק אברבנאל, האט אנגעווענדעט אלע מיטלן אז די קעניג און די קעניגן זאלן נישט באיינפלוסט ווערן פון דעם גיפטיגער שלאנג טאָרקוועמאַדאַ, אבער אן קיין ערפאלג. דער רשעות'דיגער דעקרעט איז ארויס... און אין די טעג פון תשעה באב רנ''ב זענען מער ווי א האלב מיליאן אידן געווען געצווינגן צו נעמען דעם וואנדער שטעקן אין די האנד, און פליכטן פון דעם אייבערישן האלבאינזל, וואו זיי האבן געוואוינט פאר הונדרעטער יאר!

ווי ס'האט זיך ווירקליך ארויסגעשטעלט איז טאָרקוועמאַדאַ געווען היפש גערעכט! זינט די אידן האבן פארלאזט שפאניע, האבן זיך די אינקוויזיציעס היפש פארמינערט! די נייע קריסטן זענען ליידער גענצליך אסימעלירט געווארן צווישן די קריסטליכער באפעלקערונג, און ס'איז ליידער חסר שבט מישראל...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר