א קשיא אויף תהילים קאפיטאל קט"ו

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1354 מאל

א קשיא אויף תהילים קאפיטאל קט"ו

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

שטעלט דיך פאר איינער פארצייכנט א געזעלשאפטליכע אפשאצונג אויף אונז אין א בוך, און ער שפעט אונז אפ אז מיר זעמיר מתפלל צו שטיינער (מצבות). שטיינער וואס האבן נישט קיין אויער אדער אויגן. שמעקט נישט, שטונקט נישט און רירט זיך נישט. א דומימדיגע - קלאציגע שטיין. דאס וואס די חסידישע געזעלשאפט דאווענט און איז מתפלל צו.

וואס פארא מעטעפארישע ג'חוזיקייט איז אזא אפשאצונג. יעדער בעל שכל אדער איש אמת ווייסט אז די חברה וואס פארען צום ציון זיך אויס צו פוילן אלעס גוטס גייען נישט צום שטיין. זיי גייען צו א שטיין וואס ליגט איבער די נשמה פון די צדיק. זיי האלטן אז עס איז דא דארט אן השראה of sorts. אדער די מקום איז זיי מעורר און זיי ברענגען שטארק ארויס דארט די עבודה שבלב. די צדיק הערט דארט בעסער וכו' וכו' אפשר אפגערעגטע השגות אבער ס'איז נישט ארענטליך זיך ארויסצודריקען אז זיי דאווענען צום שטיין אדער צום שטויב וואס ס'איז איבערגעבליבן פון די גוף. (אדער צום גוף וואס די ווארים האט נישט קיין שליטה איבער).

זיי דאווענען צום באשעפער און זיי בעטן ביי די נשמה ברענגט ארויף אונזער תפילות צום גאט וכו'.

פארוואס זאגט די פסוק און תהילים מיט א צינישקייט: עצביהם, כסף וזהב; מעשה, ידי אדם... פה-להם, ולא ידברו; עיניים להם, ולא יראו. אוזניים להם, ולא ישמעו; אף להם, ולא יריחון. ידיהם, ולא ימישון--רגליהם, ולא יהלכו; לא-יהגו, בגרונם. כמוהם, יהיו עושיהם-- כול אשר-בוטח בהם.

ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז מיליאנען גוים האבן זיך געביקט און זיי זענען געווען בוטח און א שטיין פשוט כמשמעו. פארוואס קען מען נישט פארשטיין אז די עצביהם פון כסף וזהב איז נאר געווען א קוויטעל/קמע/מצבה שטיין. וואס אונז זעען מיר און דאס, האבן זיי געזען אין זייער שטיין/כסף/וזהב.

אױב זענען זיי געווען בוטח אין די שטיין פשוט כמשמעו האט זיי געפעלט א ערענסטע שרייפעל. מ'דארף נישט אנווארענען נארמאלע מענטשען, העי, נעם נישט א שטיין פאר א גאט. היעלה על הדעת אז די תורה איז געשריבן געווארן צענדליגע מאל, לא תשתחוה להם, פשוט אונז אנזאגען זייטס נישט קיין מענטעל קעיסעס?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר