וויליאמסבורג של מעלה

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

וויליאמסבורג של מעלה

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יולי 27, 2021 11:08 am

פארפלייצט אין טייכן פון נאסטאלאגיע, פארטראכט מען זיך עטוואס, ווי אזוי ס'האט אויסגעזען דאס אמאליגער וויליאמסבורג של מעלה. מערסטייל פון אירע איינוואוינער זענען באשטאנען, פון די שארית הפליטה, די אודים מוצלים מאש, וועלכע האבן מיט גרויסע ניסים, באוויזן איבערצולעבן די היטלערישע קאלעכ-אויווענעס, און זיי האבן זיך דערשלאגן צו די אמעריקאנער בארטנעס, און זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, וואו זיי האבן אנגעהויבן זייער לעבן פון דאסניי.
דאס צוזאם לעב פון אזויפיל אונגארישע אידן אויף איין ארט, און דאס מישמאש פון דאס אונטערלאנד און אויבערלאנד סארט אונגארישער איד, האט ביסלעכווייז פארמירט א וויליאמסבורג של מעלה, וועלכע האט נישט געהאט זיינס גלייכן, אפגעזען פון ירושלים עיר הקודש.
איידער וויליאמסבורג איז פארוואנדלט געווארן צו א וויליאמסבורג של מעלה, האט פאר אן ארץ ישראל איד, וועלכער האט זיין גאנץ געשוועבט אין א גייסט פון קדושה אין אפגעהיטנקייט, האט ממש געווארפן הענד און פיס, איידער ער האט זיך געמוזט ארויסלאזן קיין אמעריקע צו שאפן געלט. ס'איז איז אים געווען קאלעמוטנע אויפן הארץ, וואו וועל איך עסן וואו וועל איך שלאפן? און אפגעזען פון דעם וואס אן ערליכער איד האט אלעמאל געוויסט, אז אין אמעריקע זענען אפילו די שטיינער טריפה. אבער מיטן עקזיסטענץ פון וויליאמסבורג של מעלה, זענען זיי שוין נישט געווען באזארגט.

אט איז ווי אזוי דער לעגענגארער אידישער פּאָעטן רבי יום טוב ערליך ז''ל שילדערט דאס זארג און דאס טרייסט פון דעם ארץ ישראל איד:

אין מיטן ים פארט א שיף, פארט זי אויסגעצויגן,
פארט א איד פון ארץ ישראל, מיט פארוויינטע אויגן,
אין ירושלים דארט, אפגעלעבט די יארן,
און פון אזא העליגען ארט, געמוזט אוועקפארן.

איבערלאזן דער משפחה דארט, און אלע גוטע ברודער,
קיין אמעריקע אז מ'פארט, איז דאך זייער ביטער.
פרעמדע מענטשען, א פרעמדער ארט, ווי קאן מען עס פארגעסן?
וואו וועט מען קענען שלאפן דארט, און וואו וועט מען מעגן עסן?

מיין פריינד זאג איך צו אים מיט פרייד, איר דארפט זיך גארנישט שרעקן,
דער אייבישטער האט שוין אנגעגרייט, אן ארט פאר אייערטוועגן,
פארהאן א ווינקעלע גאנץ קליין, פיל מיט יראת שמים,
וואו איר וועט אייך פילן ווי אינדערהיים, אין ירושלים.


אצינד לאזט זיך רבי יום טוב אריין, אין דעטאלן ווי אזוי ס'האט אויסגעקוקט די גאסן פון וויליאמסבורג של מעלה, אין אלגעמיינער וואכן טאג אינדערפרי. ער הייבט אן ווי אזוי די באן קומט אן קיין וויליאמסבורג:

!Marcy Avenue! Watch your step! Williamsburg


אין וויליאמסבורגע גאסן, ווען איר גייט ארויס ס'הייבט אן טאגן, און באטראכטן איר פון די ווייטן,
זעט איר אידן גיין אין שטריימל, ציצית בערד אין ווייסע זאקן, און די פיאות הענגן ביי די זייטן.
גייען פרויען טראגן סחורה, פיש מיט מילך ברויט מיט פירות, אלע אין די שייטלען און פארוטן,
זיי לויפן דורך די גאסן באשיידן, און מיט קיינעם ווילן זיי נישט ריידן, און אויף קיינעם ווילן זיי נישט קוקן.

אין יעדן גאס א תלמוד תורה, זיצן קינדער און לערנען תורה, און ישיבות אויך פארהאן איז דארטן,
פון איינע הערט מען המניח, און פון א צווייטע השולח, און פון דעם דריטן שרייט מען הכול שוחטין.
אין די טאטעס פון באגינען, לויפן מענטשן געלט פארדינען, אלע אפגעדאווענט א מחיה,
פארקויפט מען פלייש, פאריכט מען טישן, און פון צייט צו צייט צווישן, כאפט מען זיך א קוק אין א משניות.

פארהאן אין וויליאמסבורג א דאקטאר, וואס א טלית קטן טראגט ער, און א לויערקע אן אישה כשירה,
פארט א טעקסי מחותנים, ראשי ישיבות און רבנים, און דער דרייווער רעדט מיט זיי אין תורה.
צו וועלכער איד איר וועט אריינגיין, וועט ער עסן אייך דערלאנגן, און ער וועט מיט אייך מאכן א לחיים,
ווילט איר האבן עולם הבא, פאלגט דעם איד און בלייבט אויף שבת, וועט איר מיינען אז ס'איז ירושלים.


רבי יו''ט פארגייט זיך אין א פייערדיגער חסידישער טאנץ:

וויליאמסבורג, א מחיה גאר, וואוינען דארטן פיינע אידן אויף מיר אזא יאר,
וויליאמסבורג, ס'איז גאר א נייער וועלט, מ'לערענט תורה און דאנק דעם בורא אין יעדן געצעלט.
אוי... אוי... אוי... אוי....
פון דעם רבי'ן הויז, א טומל גייט ארויס,
טאנצן חסידים א ליהודים, הויבן זיך דורכאויס,
אוי... אוי... אוי... אוי....
ארום דעם לאנגן טיש, הויבן זיך די פיס,
אויסגעצויגן, אויסגעבויגן, לעבעדיג און פריש...

וויליאמסבורג, זי האט קיין גלייכן נישט, ס'איז מים חיים פון ירושלים, פאר דעם גלות איד,
וויליאמסבורג, א מזוזה אויפן טיר, ס'איז פיל מיט שירה און פיל מיט יראה, א געזינטע געפיל.


דאן שילדערט רבי יו''ט ווייטער ווי אזוי א שבת האט אויסגעזען אין וויליאמסבורג של מעלה, מיט אירע פילע צדיקים אין רביים וועלכע האבן דארט געוואוינט, און פארשיינט מיט זייער הייליגע ליכט אויף די גאנצע שטאט, יעדע באזונדער אויף זיין איינגארטיגער שטייגער:

פרייטאג באלד נאכמיטאג, ווערט אין וויליאמסבורג פארמאכט די געשעפטן, שנעל צוריק אין די הייזער אלע,
מ'פוצט זיך אויס, מ'וואשט זיך אויס, מ'נעמט זיך אן מיט נייע קרעפטן, אויפן טיש עס שטייט שוין וויין מיט חלה.
דער מאן ער גייט אוועק אין שול, די פרוי זי נעמט דעם קרבן מנחה, זאגט צום ערשט דעם שבת'דיגער תחינה,
דער מאן ער קומט צו גיין פון שול, די פרוי באגעגענט אים מיט שמחה, און אויף זייער גאטעס רוהט די שכינה.

אין דער מקוה, פון באגינען קען מען אידן שוין געפונען, ס'זיצט דאך אזוי גוט דארט כסדר,
איינער האלט זיך אין איין וואשן, און איינער האלט זיך אין איין ווישן, און איינער שטענדיג זוכט ארום די קליידער.
און פון די מקוה נעמט מען לויפן, דורך די גאסן דורך די הויפן, פון די מאנטלן שטעקן די טליתים,
יעדער איינער לויפט צום רבי'ן, .... און ער פירט זיך פון דער רבי הייסט אים.

יעדער רבי איז א וואונדער, יעדער האט זיין וועג באזונדער, און מען דינט דעם טאטן בשמיים,
און ווען איינער מאכט שוין קידוש, זאגט דער צווייטער א חידוש, זינגט דער דריטער שמי שמיים.
ביים קלויזנבערג'ן פאלן טרערן, און טיפע קרעכצן ביי די סקיווער'ן, און די סטאלינע חסידים שרייען,
ביים סאטמער'ן נישט אנגעפאנגן, מ'איז אין מקוה ערשט געגאנגן, און ביי די וויזניצער טרינקט מען שוין לחיים.


און רבי יו''ט טאנצט ווייטער מיט א ברען:

וויליאמסבורג, אין תורה ודעת, אויבן לערנען קליינע קינדער, אונטן חברה ש''ס,
וויליאמסבורג, ווינער יונגעלייט, גייען רואיג דאווענען מנחה, און קומען פונקט אין צייט.
אוי... אוי... אוי... אוי....
ביי מיר און בעלז און גור, פאפא צעהלימער, די תלמידות פון בית יעקב, און מען גיבט א קער,
אוי... אוי... אוי... אוי....
באסעס פארן שווער, פירן מיליטער, קינדערלאך אין די ישיבות פירן מער און מער,
וויליאמסבורג, זי איז נישט אליין, פארהאן ביי אונז נאך ווינקעלאך וואס זענען אזוי שיין,
וויליאמסבורג, דער עיקר זאל נאר זיין, מ'זאל האבן אידיש נחת פון די קינדערלאך.......
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום מיטוואך יולי 28, 2021 7:27 am, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2199
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2841 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יולי 27, 2021 11:12 am

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום דינסטאג יולי 27, 2021 11:13 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2199
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2841 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יולי 27, 2021 11:12 am

.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2199
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2841 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יולי 27, 2021 11:12 am

.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2199
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2841 מאל

הודעהדורך בן נון » דינסטאג יולי 27, 2021 3:04 pm

.
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » דינסטאג יולי 27, 2021 4:16 pm

.
אינגערמאנטשיקל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 236 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דינסטאג יולי 27, 2021 5:40 pm

.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 964
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג יולי 27, 2021 6:10 pm

אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3516
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2992 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג יולי 27, 2021 6:14 pm

מפיל קינד האט געשריבן:.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3516
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2992 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » דינסטאג יולי 27, 2021 7:13 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 236 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דינסטאג יולי 27, 2021 9:12 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:
.........
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 964
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יולי 27, 2021 9:23 pm

וואס גייט דא פאר...?! אנחנו מתקרבים ל'איי וועלט, היל"ת...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15057
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9865 מאל

Re: וויליאמסבורג של מעלה

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך יולי 28, 2021 5:27 pm

מפיל קינד האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:
.........
רבותי גלייבטס אים נישט ער איז א זייפן!

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3516
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2992 מאל

הודעהדורך תרמב » דאנערשטאג יולי 29, 2021 8:57 pm

ערעב קאך לעפל, זייער שיין צונומען דעם שיינעם ניגון, איין הערה האב איך אז די חלק פון די סטאלינער מיט די סקווירא’ר וכו’ האט זיך שוין אינגאנצן געטוישט היינטיגע צייטן ווען די סאטמארע האבן באוויזן ארויסצושטויסן יעדן איינעם און סאיז גארנישט געבליבן חוץ אפאר שטיבלעך לזכר.
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 707
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2496 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 644 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט