א מלאך א גלח

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

א מלאך א גלח

שליחה דורך היסטאריע »

דער מעשה שוידערט אויף טוויטער, מען מוז עס ברענגען.

געוועהן א איד האט געהייסען ר' יהודה עלפענביין, געבוירען אין גאליציע, אין די מיטל ת"ר יארען. פין דארט איז ער געפארן קיין ווינא, און געלערנט צו זיין א רב. ערגעץ אינמיטען האט ער חתונה געהאט און געהאט א ווייב מיט קינדער. נישט האבענדיג קיין פרנסה, האט אים א גלח ארויסגעהאלפען אין זיין נויט, האט ער זאל געלאזט איבערעדן און געטוהן דער שרעקליכע שריט און זיך ל"ע גע'שמד'ט, צופרידן צו שטעלן דער גלח.
אין די יארן פין תרנ"ט האט ער געשריבן א טוץ ארטיקלעך אין א קריסטישע צייטונג אז אידן נוצען בלוט פאר מצות רח"ל.
אין דער יאר 1899 איז געוועהן א עלילת דם דער הילסנער בלוט באשולדיגונג, זעהטדא און ער האט געהאט דער חוצפה צו זאגן עדות אין דער געריכט אז עלילת דם איז אמת.

און 1920 איז ער געפארן קיין אמעריקע ווי ער האט צוריק אנגעטוהן זיין אידישע מאסקע, און מען האט אים מגלה געוועהן און עס איז געוועהן א זיצונג ביי דער התאחדות הרבנים, און ער האט מודה געוועהן.

שפעטער האט ער מכחיש געוועהן אלעס.

פאר מער ליינט אליין און שטוינט.

דא קען מען זעהן א בוך וואס ער האט געשריבן אלץ גלח.

דא איז א אלטע ארכיוו ארטיקעל וועגן אים.


גענומען פין דא
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר