לא יהיה לך איפה ואיפה... גנבים בזמן הבית?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
Billy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 03, 2019 9:26 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

לא יהיה לך איפה ואיפה... גנבים בזמן הבית?

שליחה דורך Billy »

ס'ליגט מיר אין זכרון ווען כ'האב געלערנט אין חדר מסכת קידושין האב איך געהאט אן אינטערעסאנטע מחשבה: זענען אידן בימי הבית געווען משוגע? ווער, למשל, גייט מקדש זיין א האלבע ווייב (חצייך מקודשת לי)? אדער זענען זיי געווען סתם שווינדלערס ווי די אלע להד"ם'ס און עדי זוממין וכו' וכו'? יעצט אלס אן ערוואקסענער פארשטיי איך אז א) דעמאלס איז געווען א געזעלשאפט פונקט ווי היינט מיט אלע אירע פראבלעמען פון שווינדלערס און משוגעים; און ב) רוב פון די ביישפילן אין גמרא זענען היפאטעטיקעלס: היכי תמצי'ס. What ifs?

יעצט איז געווען באריכטעט אין Jerusalem Post איבער אן ארכעאלאגישן געפינס וואס ווייזט ווי "נארמאל" די געזעלזאפט איז געווען בזמן הבית.

ארכעאלאגן וואס גראבן אין עיר דוד האבן געטראפן א וואג שטיין וואס איז 2700 יאר אלט און ס'איז אנגעצייכנט אלס "2 גרא" אבער למעשה וועגט עס איבער 3 מאל אזויפיל. לויט די ארכעאלאגן איז 1 גרא 0.944 גראם אבער דער שטיין וועגט למעשה 3.61 גראם וואס איז איבער 3 מאל די קארעקטע וואג.

איך בין זיכער אז אין א כולל ערגעץ זיצן תלמידי חכמים על המדוכה און פרובירן אויסצורעכענען וויפיל גראם איז אייגענטליך א גרא וכו'. אבער לויט די ארכעאלאגן האנדלט מען דא מיט א האלסעילער וואס האט באשווינדלט זיינע סופלייערס. ער האט געקויפט און באצאלט פאר 2 גרא און "געפאקעט" די איבעריגע.

איך לייג ביי דעם ארטיקל.

https://www.jpost.com/archaeology/weigh ... lem-678446
בייגעלייגטע פיילס
ezgif.com-gif-maker.jpg

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר