בלאט 1 פון 1

השתלשלות כתב אשורית שלנו

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 10:04 am
דורך קריינא דאיגרתא
ווער עס קוקט נאר אריין אין א ספר תורה פון 80 יאהר צוריק ווייסט אז די כתב האט זיך היפש געטוישט זייט דעמאלטס. און אוודאי ווער עס זעהט א ספר תורה פון 300 יאהר צוריק זעהט א גרויסע חילוק.

די חילוקים ווערן אלס קלארער און שארפער ווי מער מ'גייט צוריק. 600 יאהר צוריק, וכו'. אין די לעצטע 800 יאהר האט זיך אנטוויקעלט צוויי באזונדערע מסורות כתב אשכנז און ספרד/וועליש, וואס די ביידע כתבים אליין האבן זיך ווייטער געטוישט אין די אלע יאהרן. אבער ווען מ'גייט צוריק נאך מער ווערט כתב אשורית מער אנדערש פון ביידע מסורות.

כתר ארם צובה פון ארום טויזענט יאהר צוריק איז מער ענדליך צו די ספרדישע מסורה אבער דאך אנדערש. ביז מ'קומט אהן צו די מגילות ים המלח פון ארום 2,100 יאהר צוריק וואס זענען אינגאנצן אנדערש פון אונזער היינטיגע כתב אשורית.

א שנעלע בליק ווייזט (אמווייניגסטענס פאר מיר) אז דאס איז אלעס געוועהן איין לאנגע השתלשלות. למשל, די כתב פון כתר ארם צובה פון טויזענט יאהר צוריק איז ממש א אונטערמידיעט לינק צווישן די כתב פון מגילות ים המלח און היינטיגע כתב אשורית. מ'קען זעהן דערין א דירעקטע המשך פון די אמאליגע כתב, און א פארגייער צו די היינטיגע כתב.

איז מיר אינטערסאנט צו וויסן אויב איינער האט שוין אמאל דורכגעטוהן די נושא, אדער אויב ס'איז דא א ספר/בוך וואס טוהט עס דורך בעיון.