יציאת מצרים תש״ו

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

יציאת מצרים תש״ו

שליחה דורך דוראק »

איך וויל דאָ באַשרײבן אַ פרשה, וואָס זי איז פון אונזער ווייטיקליכסטע, צוליב געוויסע סיבות וועל איך ניט מאריך זײן און פאַרשרייבן מערניט ווי ראשי פרקים.

דאָ רעדט זיך פון אַ פרשה וואָס פון איר האָט זיך אויפגעבויט דער „דור השביעי” מ׳רעדט פון אָט אָ דער פרשה וואָס ווערט אָנגערופן אין חב״ד מיטן קאָד–נאָמען „יציאת מצרים תש״ו”, אָדער גלאַט „פרשת לוואָוו”.

ווי באַקאַנט, איז ווי נאָר די קאָמוניסטן האָבן גענומען די מאַכט אין רוסלאַנד, האָבן זיי זיך גענומען קעמפּפן קעגן דער רעליגיע. צוליב יענע סיבות צי אַנדערע סיבות האָט זיך אויסגעקומען, אַז די איינציקע רעליגיעזע *אָרגיניזאַציע* איז געוועזן תומכי תמימים.

קומט תש״ו, און די פּוילישע רעגירונג פאָדערט באַ דער רושיסער זי זאָל אַרויסלאָזן אַלע פליטים. איז געוואָרן אַ געלעגנהײט, האָט מען געפעלשט פּוילישע פּאַספּאָרטן און מ׳איז אַרויס. דער „ראש” פון דער אָרגיניזאַציע איז געוועזן ר׳ יונה כהן פּאָלטאַווער, השם ינקום דמו. איינער פון די ראשים איז געוועזן ר׳ מענדל פוטערפאַס. ווען זיי האָבן דערזען אַז הגיעו מים עד נפש, האָט ר׳ מענדל זיך געמאַכט אַ בילעט, פאַר זיך און פאַר זײן משפחה. קומט ער צו גיין צו ר׳ יונה׳ן, זאָגט עם ר׳ יונה „הייסט עס, אַז מסירות נפש האָט אויך אַ גבול. מסירות נפש האָט אויך אַ מאָס”. ר׳ מענדל האָט עס דערהערט, איז ער ווײטער דאָרט פאַרבליבן, אַרויסגעשיקט האָט ער זײן משפחה, און אַליין איז ער געבליבן און פאַרשיקט געוואָרן אויף עטליכע גוטע יאָר אין סיביר. (ר׳ יונה אגב, האָט זיך קיינמאָל ניט אומגעקערט. ער איז אומגעקומען אין די וויסטע סיבירע מדברים..., און צו קבר ישראל איז ער קיינמאָל ניט געקומען)”.

פסיאָ, דאָס איז די מעשה פון דעם „דור השביעי”. אפשר אַז איך על האָבן כח וועל איך ממשיך זײן, דערווײלע זײט מיר געזונט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דוראק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר