אין יענעם’ס שיך

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 398 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

אין יענעם’ס שיך

שליחה דורך מי ימצא »

אל תדין את חברך את שתגיע למקומו.

אסאך מאל וויל זיך דווקא יא יענעם דן זיין, אבער צו ווילט זיך אייך אויך אריינגיין אין יענעם’ס פלאץ?
פיל מאל וואונדערט מיך וואס וואלט איך געטאן אין אזא פאל? קומט זיך טאקע פאר יענעם אזא dudement?
די אשכול איז געעפענט צו דן זיין שטיקלעך פון אונזער רייכע היסטאריע, וואס וואלסטו געטאן ווען די לעבסט אין יענע תקופה, די האסט די ניסיונות פון יענע דור, ווי אזוי וואלסטו זיך געספראוועט?!

לאמיר זיך אריינקוועטשן אין א spacex און זיך נעמען צוריק פליען אין צייט פון - כסלו תש"ד, מיר האבן געלאנדעט טיף אינמיטן די צווייטע וועלט מלחמה.

אונגארן.

טונקל. קאלט. א שרעק. הונט בילן פון אלע זייטן אזש די אויער איז שוין פארטויבט. ניין. נישט פון הונט שרעקט זיך מרים היינטיגע נאכט, נאר פון אירע מחשבות. דארטן דרייען זיך די רעדער אין א ווילדן גאלאפ. זי פילט ווי זי האט מער נישט קיין שליטה אויף זיך, מאכטלאז פאלט זי אריין אין איר מאן’ס שויס, זי קען נישט מער.

משה שעפשעט זי וואס וועט טאקע זיין, וועלן לאה’טשו און שרה’קע טאקע גיין מיט די פויערטע? אוי, ניין. לאז עס נישט צו, צו וויינט זי זיך ווען אירע הייסע טרערן מישן זיך אויס מיט די קאלטע שניי, שאפענדיג צוזאמען א טייכל נעבן אירע פיס.

מרים מיין טייער’נקע, שושקעט ער שטול אין זיין ווייבס אויער. איך זאג דיר, לאז די מיידלעך גיין מיט לענא, עס וועט זיי זיין גוט. ביז א קורצע תקופה און מיר נעמען זיי צוריק. פארוואס זאלן זיי אויסגיין פון הונגער און שרעק, די פיין איז גרויס דא. זיי זענען צו איידל און צארט פאר די אומשטענדן דא. נישטא וואס צו איבערטראכטן זאגט משה, שוין מיט א פעסקייט. די פויערטע וועט זיי נעמען צום קלויסטער, און מיר וועלן צוזאמען דא אלעס אדורך טראגן.

מרים די האסט אפילו נישט צייט צו פארדייען משה’ס ווערטער, הערטסו אין איר מח זשומזשערייען. אבער ווי קען זיין אז אלס פלעגט זי זיך פארלאזן אויף איר מאן מיט אזא רואיגע געוויסן. אבער היינט, היינט איז זי נישט זיכער און וואס משה זאגט איר, איז ער יא זיכער אין זיין אייגען ווארט?

מרים שטעלט זיך אויף, משה נאך איר. זיי זעהן איר פון דערווייטענס, יא, זי האלט צוויי קוישן אזוי ווי מען האט אפגעשמועסט. צו וועלן טאקע אונזערע מיידלעך דארטן אריינגיין? משה דערפילט איר פאניק, ער לייגט אריין זיין רעכטע האנט אין איר לינקע, פירט אריבער ווארעמע בליקן פון טרייסט. מרים שטארק דיך, קום לאמיר צוזאמען געבן הייסע קושן פאר אונזערע מיידלעך.

לאה’טשו און שרה’קע שטופן זיך אריין אונטער די מאמעס פארטעך, אפשר וועלן זיי בלייבן באשיצט?
מאמעשי, רופט זיך לאה אן, איך זאג דיר צו, איך וועל אכטונג געבן אויף שרה’קע. זאגטס מיר צו אז ענק וועלן געדענקן אז ענק זענען יודישע קינדער, רופט זיך דער טאטע אן. מיר זאגן צו, הערט מען די דינע קול’כעל פון די צוויי יעריגע שרה.

נישט דא קיין צייט, קריכטס אריין אין די קוישן, הערן זיי די באסעווע שטומע פון די לענא. נאך איין בליק. איין קוש. א שטארקע האלז ארום, און, די מינוט איז אנגעקומען.

ליגענדיג צוקוועטשט אינעם קויש פילט לאה’טשו גארנישט אזוי זיכער אז זי איז גרויס. יא זי איז גאנצע דריי יאר, אבער ווי לאנג וועל איך נישט זעהן מאמעשי? טאטע האט צוגעזאגט אז עס וועט נישט נעמען לאנג. דאמיניק דער גלח, וועט אונז געבן עסן און א בעט. און שנעל שנעל און אלעס וועט צוריק גיין צו נארמאל.
ניייייייייייייייין, וויל זיך ארויסרייסן פון איר האלז, אבער אירע שטום בענדער האבן זיך פארהאקט. די נאציס וועלן אונז נאך אנדעקן, און דעמאלס וועט גאר נישט זיין בעסער.

פון דערווייטענס שטייט זי מרים, ווען טרערן גיסן פון אירע אויגן. משה ווישט אפ אירע טרערן מיט זיין ליבליכע האנט, ווען טרערן נעמען זיך אויך גיסן פון זיינע, און מישן זיך צאם מיט אירע.

א שניי פאלט. זיי פילן יעצט גארנישט. זיי טיילן זייער גורל מיט אלע יודען אינאיינעם. ווייסע שניי טשיפס פאלן אויף זייערע דינע קליידער, ווען א סאדיסטישע נאצי באמערקט זיי. האלט! הילכט אפ אין גאנצען געגנט.

זייערע קערפער’ס ווערן פארגליווערט אויפן ארט. מיר לויפן אונטער די זיבעטע בוים, שעפשעט משה. ווי געיאגט מיטן שניי שטורעם צוזאמען, טרייבט זיי דאס ענדרעלין ארויף און גיבט זיי כח ווייטער אנצוגיין.

אבער, אנקומענדיג צום בערגל פארשנייטע בלעטער, באמערקט משה ווי מרים האט גענומען א לינקס צום זיבעטן בוים, בשעת ווען ער האט גענומען א רעכטס. אך, צו וועט די משפחה זיך נאך אמאל פאראייניגען?!

וואס איז דיין מיינונג - וואלטן זיי געדארפט איבערגעבן זייערע קינדער אין קריסטליכע הענט,מיט א שטארקע מעגליכקייט אז זיי וועלן בלייבן קריסטן? אדער אויסגיין מיטן שמע ישראל אינאיינעם?!
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר