דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1381 מאל

דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג

שליחה דורך לייביששרייבער »

שלום וברכה לכל השותים בצמא די אשכולות דא.

אזוי ווי מיר זענען עטוואס אריין געקראכן אין דעם סימפאטיע צום דייטש תגובה viewtopic.php?f=8&t=16148&start=25#p524224 וועגן די ציוניסטישע פארהאנדלונגען מיטן דייטש וויל אנכי הק׳ קריעטן א נייער אשכול וואס איך האב נאך נישט געפונען דא אין שטיבעל.

איך מיין אז דאס וועט אביסעל אויסקלארן וואס, ווער, און ווי אזוי די ציוניסטישע מאשין איז געווארן וואס עס איז געווארן, וכל המסבב להם, די בעד און די בנגד צו די ציוניסטישע באוועגונג.

איך וויל דא מאכן אן הקדמה צו די ליינער. א ליינער וואס האט א קליינער קאפ און קען נישט ליינען קיין מציאות וואס עס איז עם נישט באקאנט, אדער האט ער זיך אליינס צענזורירט מיטן נישט באקומען מער אינפארמאציע פון וואס מען האט מיט אים געלערנט. זאל ביטע צו מאכן דעם אשכול נאך פאר ער גייט אריין ווייטער.

דא גייען געשריבען ווערן סטעיטמענטס וואס גאר הייליגע אידן האבן געהאלטן אז זאגן אזא סטעיטמענט איז יהרג ואל יעבור. מיר שרייבן נישט נאך דעם סטעיטמענט ווייל מיר האלטן אזוי. מיר שרייבן נאר פרעספעקטיווס פון אלע צדדדים אדרבה יראה הקהל וישפוט נאכן האבן די מאקסימום אינפארמאציע.

אין די יארן פון נאך דעם צווייטען וועלט׳ס קריג 1945 תש"ה און 1948 תש"ח ווען מדינת ישראל איז געווארן אן אפציעלער מדינה מטעם דעם UN האבן זיך דאן, און בעפאר צוזאם גענומען אנשים ונשים און פארארבעט מעשים אשר יעשה, ולא יעשה צוזאמן געשטעלט א קליינער ארמיי און טערארזירט די מענטשהייט אין די מידעל-איסט די דעמאלטדיגער פאלעסטינע נאר כדי צו האבן אן אייגענער אידישע מדינה ככל הגיום. א פאלק אן א מדינה איז קיין פאלק נישט.

כאפ נישט קיין הייסע לאקשען. לאמיר צוריק שפאצירן צו 1917 תרע"ז צו דעם בלפור דעקלעראציע. (ווי דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע האט די דעקלעראציע אנגערופן די בעל פאור ע"ש די ע"ז וואס די תורה דערמאנט)
(@דער גאלדענער אדלער
האט מעורר געווען (ליינט אונטען אין איינע פון די תגובה'ס) אז די סטעיטמענט האט דער הייליגער מ''א זצ''ל געזאגט, נישט דער סאטמאר רב זי''ע)

דער בלפור דעקלעראציע איז געשריבען געווארן ביי דעם בריטשער גורבענאטור דורך דעם פארען סעקרעטאר וואס האט געהייסען Arthur Balfour ע"ש הייסט די דעקלעראציע.

כאפט שוין ווייטער. מיר דארפן ריוויינדען די קאלענדער מיט נאך אפאר יאר. אין יאר 1897 תרנ"ז איז געגרינדעט געווארן די ערשטע ציוניסטישער קאנגרעס אין באסעל שווייץ Basel Switzerland דורך א גאר פראמענירטער שרייבער פאר די גרעסטע צייטונגען און עסטרייך וויען, טיעדאר הערצל Theodor Herzl.

די ערשטע קאנגערעשאנעל מיטגלידער האט זיך צוזאם געשטעלט מיט אפאר אידישע דזשורנאליסטן און שרייבער וועם טיעדאר הרצל האט ריקרוטעט פאר דעם נייעם ארגאניזאציע (WZO World Zionist Organization)

א יעדע איינציגער מעמעבער פון קאנגרעס WZO איז א סיפור בפני עצמו.

והנה הם ביי די ראנקס

טיעדאר הרצל Teador Herzel א זשערנאליסט פון אוסטריע און א שרייבער. ארויס געגעבן א ביכעל מיטן נאמען די דזשואיש סטעיט The Jewish State אין יאר 1896 תרנ"ו ארויסברענגענדיג די טענות פארוואס א אידישער מדינה איז פארלאנגט און וויכטיג פאר די וועלטליכע ארענע.

מעקס נורדאו Max Nordau א פראמענירטער שרייבער. ער האט געארבעט מיט הרצל האנט ביי האנט, ער האט געדינט אלץ וויצע פרעזידענט אין די קאנגרעס אסאך יארן (דאכט זיך ביז זיין טויט)

דעוויד וואלפסאן David Wolfsohn א גרויסער סוחר איז דער דוד געווען און אויך עיז ער געווען איינע פון די מנהיגים פון חובבי ציון גרופע. (ווי מיר וועלן שפּעטער צוקומען צו די גרופע) אין יאר 1901 תרס"א איז דער דוד געווארן אריינגעוואוט אלץ פרעזידענט צו די WZO קאנגרעס.

ישראל זנגוויל Israel Zangwill אויכעט א פראמענירטער שרייבער א שטארקער ציוניסטישע אקטיוויסט. דער שטערקסטער שטימע פאר די אימיגראציע פאר אידן זיך ארויף צו ציען קיין פאלעסטינע דאן כדי צו גרייט מאכן די באדן פאר אן אייגענער מדינה אווענטועל. זיין לאוזינג איז געווען דער באקאנטער לאוזונג וואס מען האט פריער דערמאנט. "א לאנד אן א מענטשען פאר מענטשען אן א לאנד"

מקס מאנדלשטאם א נאטיווער רוסישער בירגער און א ציוניסטישע לידער און האט אויך געדינט אלץ צווייטער וויצע פרעזידענט פונעם געשאפענעם WZO ארגענעזאציע. זיין אנוועזענענהייט אלס חבר הקאנגרעס האט שטארק צו געגעבן אז די קאנגרעס זאל צושטאנד קומען און זיין א אנערקענטע ארגאניזאציע.

די קאנגרעס מעמבערשיפ אין די ערשטע פאזע איז געווען פאקערפערט מיט בערך 200 מעמבערס פון פארשידענע מדינות אין אייראפע.

די 200 מעמבערס זענען געוועזן פארשידענארטיגע סארט מענטשן. רבנים. ר"י'ס ביזנעס לייט, סתם אקטעוויסטן (ליין ליידיק גייער) די אלע האבן זיך צוזאמען גענומען כדי צומאכן א רעוואלוציע.

המשך יבוא בקרוב ממש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 9 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 91 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר