אפשר וואלט כדאי געווען דער עולם זאל אויך לייגן היסטארישע בילדער מיט די באדייטונג און פארוואס עס באנעמט אים.
די בילד איז געכאפט געווארן אין בוכענוואלד תיכף נאכן באפרייאונג, א אידישע העפטלינג נעמט נקמה אין זיין געוועזענעם שלעגער, א נאצי אויפזעהר.
וואס באנעמט מיר אינעם בילד איז די אנגעווייטאגטע אויגן פונעם איד, יעדע קלאפ וואס ער גיבט אים איז פאר א ברודער, חבר, קינד, משפחה מיטגלידער וועם ער מיט זיינע חברים האבן גע׳הרג׳ט. יעדע קלאפ קומט מיט אזא ווייטאג.
מאראל פונעם בילד: איינער וואס זעהט נאר די בילד און קען נישט די מעשה אינטערדעם קען טראכטן אזא אכזריות פונעם איד, שלאגט אן אומבאוואפענטע באשיצלאזע סאלדאט, און קיינער העלפט נישט.
השערה: אז מ׳קוקט גוט זעהט מען ווי דער דייטש האלט א צובראכענעם שטעקן, גאנץ מעגליך אז דער איד האט פשוט צובראכן דעם שטעקן אויף אים און גיבט ווייטער מיט די האנט.
היסטארישע בילדער און איר באדייט
- ממי_שאמרו
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1444
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1429 מאל
היסטארישע בילדער און איר באדייט
- בייגעלייגטע פיילס
-
- image.jpg (53.37 KiB) געזען געווארן 7512 מאל
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
דער אשכול פארמאגט 21 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן