אדער איז דאס גאר דיין טעותברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:17 am איין טעות מאכסטו, טעאלאגיע איז נישט איבער עמפירישע פאקטן.
או יאמר, אז מ'קען עס אנקוקן פון ביידע זייטן. און דר. מיכי באציעט זיך איבער די עמפירישע פאקטן

אדער איז דאס גאר דיין טעותברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:17 am איין טעות מאכסטו, טעאלאגיע איז נישט איבער עמפירישע פאקטן.

האט ער געשריבן - לא. יש הרבה ספרים אחרים. אלו נכתבו מראש כקוורטט של ארבעה ספרים. יש בהם תיאור של העימות האנליטי-סינתטי במישורים שונים (מדע, דת, פסיכולוגיה)ווי ווייט איך פארשטיי זענען זיי (- זיין קוורטט) א קאלעקציע פון פריערדיגע – איינצעלנע ספרים פון אים.
- לא אמפירית. הגיונית.זיין מהלך אין אמונה איז גאנץ קלאר. קודם וואו ער ברענגט ארויס אז עס איז א ריינע עמפירישע טענה
- איני דוחה את זה. אין לי עמדה, כי אני לא יודע האם זה בא במסורת.השגחה פרטית, שכר ועונש, עולם הבא, משיח, און תחיית המתים
- ממש לא. אני איש ימין. אבל אכן מתנגד מאד לביבי.בעצם איז ער א שטארקע לינקע, ביבי איז ביי אים שפיץ קארופטירט
- אני לא נגד. אני כן חושב שהמטרות סותרות.די מלחמה מיט עזה, איז ערזייער דערקעגן, ער טענה'ט אז חוץ פון וואס עס איז שקר אז מ'גייט באיזה אופן ערייכן אלע דריי צילן...
- מטפורית כמובן.(ער פאררופט זיך ערגעץ גאר אן אוטיסט)

א דאנק פאר'ן אויסקלארן די צוויי פונקטן וואס האבן מיך דאס מערסטע געקראצט פונעם גאנצן פאוסט, אטע דאס הייסט גערעדט צום זאך.אלפא האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 04, 2024 4:48 pm איבער דעם- לא אמפירית. הגיונית.זיין מהלך אין אמונה איז גאנץ קלאר. קודם וואו ער ברענגט ארויס אז עס איז א ריינע עמפירישע טענה
(אין איינקלאנג מיט ברוך'ס טענה לכאו'.)
-----
איבער דעם- איני דוחה את זה. אין לי עמדה, כי אני לא יודע האם זה בא במסורת.השגחה פרטית, שכר ועונש, עולם הבא, משיח, און תחיית המתים
- א וויכטיגע תיקון.
(- ר' בערל, נאך דא שאנסן..)
ס'זעהט אויס ווי דו האסט דא געמאכט א שטיקל טשולענט פון לאגיק מיט אמת, אמת קען נאר זיין איין אבער לאגישע מסקנות דארף צו קענען זיין מער פון איין, נישט אזוי? צ.ב. לאגיש קען מען ציען א מסקנא סיי אז ס'איז דא א גאט און סיי אז ס'נישט דא קיין גאט, לאגישע מסקנות זענען אינפיניט, אזוי האבן אביי און רבא אונז אויסגעלערנטלאגיק:
אמת איז נאר דא ביי אים איינס. דהיינו אדער רעדט מען צום זאך אדער נישט, נישטא קיין אלו ואלו דברי אלקים חיים אין מציאות, ניטאמאל אין הלכה. וואס יא, ער געבט די רעכט צו האבן און רעספעקטירן א צווייטע מיינונג על אף איך האלט עס איז שטותים, ווייל נאר אזוי קען מען דערגיין דעם אמת, חוץ פון וואס אטאנומיע איז נישט עפעס וואס מ'מעג אוועקנעמען אפי' פון א שוטה.
אמת שטאמט ביי אים פון אינטואציע, וועלכע לויט אים פארלאנגט נישט קיין הסבר אדער הצדקה. און פון דארטן ארויף בויט זיך לאגיק. די איינציגסטע מיט וועלכע ער קען זיך נישט טענה'ן איז איינער וואס איז קאנסיסטענט מיט סקעפטיציזם, וואס לויט יענעם איז אינטואציע נישט מבוסס, וואס אויף אזא טענה קען ער נישט ענטפערן.





שבת אחים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:04 pm קען איינער אויסקלארן זיין שיטה אין דעטערמעניזם, און וויאזוי ער איז אנגעקומען צו די מסקנא אז א מענטש האט יא א בחירה, רוב שטודיעס האבן געוויזן פארקערט, און רוב היינטיגע טראכטער און סייענטיסטן אין די פיעלד זענען מעהר ווייניגער איבערצייגט אז אונז זענען פשוט געפראוגרעמטע מאשינען גרייט אויסצופירן די ווילע צום לעבן.

איך האב אויסגעהערט זיינע יוטוב שיעורים אין דעם נושא, ער בויעט בעיקר אויף די אינטואישאן. בנוגע די שטודיעס טענה'ט ער אז יעדער איז מודה אז עס זענען דא זאכן וואס זענען משפיע אויף א מענטש צו האבן א געוויסע גרעניץ, אבער דאס מיינט נישט אז ער האט בכלל נישט קיין בחירה.שבת אחים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:04 pm קען איינער אויסקלארן זיין שיטה אין דעטערמעניזם, און וויאזוי ער איז אנגעקומען צו די מסקנא אז א מענטש האט יא א בחירה, רוב שטודיעס האבן געוויזן פארקערט, און רוב היינטיגע טראכטער און סייענטיסטן אין די פיעלד זענען מעהר ווייניגער איבערצייגט אז אונז זענען פשוט געפראוגרעמטע מאשינען גרייט אויסצופירן די ווילע צום לעבן.

נייס!!אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 03, 2024 3:06 pm נאך לאנגע הקדמות פון מסביר זיין וואס אינטואישאן איז, און וואס אינטעלעקטואליזם טוט, איז מיכאל אברהם צוגעקומען צום הויכפונקט, ווי מיט זיין פרישע פוסט שפרייט ער אויס אלע שמוץ וועש פון די חרדים פאר יעדעם צו קענען אויסשמעקן.
https://mikyab.net/posts/87637/
ער גייט אריין בפרטיות וויאזוי די חרדישע געדאנקענגאנג - פון דעם עמך איד ביז דעם לא תסור'דיגן דעת תורה - איז נישט מער ווי אן אינטעלעקטואליזאציע פונעם רעאליטעט, וואו מ'קוקט אן און מ'איגנארירט דעם דרויסענדיגע מציאות ממש ווי א קליין קינד שאין בו דעת, און וויאזוי דאס שטעלט אהער א פאראלעל אוניווערס וואס איז אולי קאהירענט מתוכו אבער מיטן פיזישן וועלט האט עס נישט קיין שייכות...
ליינט און האט הנאה!