היסטארישער "טראנזיט" פון פלאנעט ווענוס - נוגה

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

היסטארישער "טראנזיט" פון פלאנעט ווענוס - נוגה

הודעהדורך יאנקל » זונטאג יוני 03, 2012 1:55 pm

דעם קומענדיגן דינסטאג, יוני 5, גייט פארקומען א היסטארישע געשעעניש, ווען דער פלאנעט ווענוס, באקאנט אלץ נוגה, וועט דורכפארן צווישן דער ערד און דער זון. די טראנזיטן פון ווענוס גייען אין פּאָרן אפגעטיילט אכט יאר אינצווישן, און דערנאך א הפסק פון 121.5 אדער 105.5 יאר ביז דעם קומענדיגן טראנזיט.
דער יעצטיגער טראנזיט איז דער צווייטער פון דעם לעצטן פּאָר, נאך דעם פריערדיגן טראנזיט וואס איז פארגעקומען אין יוני 2004. דער קומענדיגער טראנזיט וועט פארקומען דעצעמבער 2117, אין 105.5 יאר ארום.
לויט נאסא, וועט מען קענען זען דעם טראנזיט אין ניו-יארק 47 סעקונדעס נאך 6:03 אוונט.

בילד
דער טראנזיט פון 2004.

א שיינער איבערבליק איבער דער געשעעניש. חלק א:


חלק ב:
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3819 מאל

הודעהדורך הצלחה » זונטאג יוני 03, 2012 4:10 pm

דער גאנצער פראגרעס פונעם "טראנזיט אוו ווענוס" וועט נעמען 6 שעה און 40 מינוט, אין ניו יארק וועט מען עס קענען זען בלויז פאר קנאפע 2 שטונדן, - עס הויבט זיך אן דינסטאג 6:04 שפעט נאכמיטאג לאקאלע צייט [איסטערן דעילייט טיים], מען וועט עס קענען זען ביז די זון גייט אונטער – דער טראנזיט וועט ווייטער זיין אין פראגרעס, ווערנדיג געזען אין אנדערע טיילן פון די וועלט ווי מער צו מערב מען געפונט זיך וועט מען עס קענען זען מער, - עס וועט אנהאלטן ביז נאך האלבע נאכט ניו יארקער זייגער - אין אויסטראליע, אפריקע, אייראפע און אזיע וועט שוין דאן זיין מיטוואך, און אין רוב טיילן פון די וועלט (אויסער כמעט גאנץ דרום אמעריקע), וועט מען קענען זען כאטש טייל פון דעם טראנזיט.
מען דארף נאר האפן אז עס זאל דאן נישט זיין פארוואלקענט.
ווי פארשטענדליך טאר מען נישט בשו"א קוקן אויף די זון מיטן בלויזן אויג, אפילו מיט שטארקע זון גלעזער אדער פארשווארצטע גלאז, א פארטונקלטע פלאסטיק! די אומזעהבארע אינפרא-רעד שטראלן קענען ח"ו אויסברענען דעם "רעטינא" [אינעווינגסטע טייל פון שווארץ-אפעל] פון אויג, עס איז ווייט נישט קיין וויץ!
מען מעג קוקן דערויף בלויז מיט ספעציעל דעזיינטע גלעזער, אדער דורך א "פינהאול", ד.מ. מען מאכט א קליינעם לאך אין גרויס פון איינס ביז צוויי מילימעטער אין דיאמעטער די גרויס, אין א פאפענדעקל באקס, שטעלנדיג עס גענוי קעגן דעם angle פון די זון, און מען לאזט די זון דורכשיינען דעם לאך אויף א גלאטע זאך, צ.ב.ש. א הארטע ווייסע פאפיר, אויף די זעלבע Angle, דאס וועט "פראדזשעקטן" א גענויעם בילד פון די זון, און איר קענט באטראכטן דעם טראנזיט אויפן ווייסן פאפיר!.
הצלחה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 03, 2012 2:44 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג יוני 03, 2012 5:51 pm

שלום עליכם הצלחה, און א דאנק פאר דיין שיינע הוספה.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3819 מאל

הודעהדורך יאנקל » מאנטאג יוני 04, 2012 1:23 am

ירמיהו בראון, וועלכער גיט ארויס א בוך אויף דער אידישער רעאקציע צו קאפערניקוס און האט געשריבן אן ארומנעמענדיגן מאמר אויף דעם ענין אין דעם "תורה ומדע" זשורנאל, שרייבט איבער דריי אידישע מקורות וועלכע שמועסן איבער דעם ווענוס טראנזיט. דער "ספר הברית" פון רבי פנחס אליהו מווילנא, "כוכבא דשביט" פון חיים זעליג סלאנימסקי (עורך פון "הצפירה"), און "נברשת לנץ החמה בציון" פון ר' חייא דוד הלוי שפיטצער פון ירושלים.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3819 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג יוני 04, 2012 5:13 pm

יאנקל האט געשריבן: און "נברשת לנץ החמה בציון" פון ר' חייא דוד הלוי שפיטצער פון ירושלים.

ווער איז דער בעל מחבר? ס'דאך ממש אומגלויבליך צו לייענען וואס ער שרייבט.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7622 מאל

הודעהדורך יידל » מאנטאג יוני 04, 2012 7:14 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן: און "נברשת לנץ החמה בציון" פון ר' חייא דוד הלוי שפיטצער פון ירושלים.

ווער איז דער בעל מחבר? ס'דאך ממש אומגלויבליך צו לייענען וואס ער שרייבט.

איך האב אויך זיך נישט געגלייבט. כ'מיין, אפצושטופן דברי חכמי הטבע ווייל אין חז"ל שטייט פארקערט כבר שמענו, אבער ווייל ס'ווערט נישט דערמאנט אין חז"ל קען עס נישט זיין אין אמת, דאס איז דאך עפעס אווילדע בייפאל. וכי נאמר אז עלעקטריציטעט איז א דמיון נאר ווייל עס ווערט נישט דערמאנט אין חז"ל? צו וועלן מיר מוזן אוועקמאכן איינשטיינ'ס טעאריע אדעק קוואנטום פיזיקס אדער גראוויטי אדער סיי וואס ווייל ס'ווערט נישט דערמאנט אין חז"ל? אתמהה!
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4502 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג יוני 04, 2012 7:44 pm

דאס וואס ער שרייבט אז די חכמי הטבע האנן אן אגענדע חוזק צו מאכן פון תורת משה און חכמי ישראל איז נאך דא היינט וואס האלטן אזוי.
בילד
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7622 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג יוני 05, 2012 4:52 pm

די גרויסע געשעעניש איז ווייניגער ווי אנדערטהאלבען שעה אוועק. אין נוא יארק איז פארוואלקענט. איך האב מורא אז מ'גייט נישט קענען זעהן. ווי קען מען מיטהאלטן לייוו? און ווער ס'האט פיקטשערס פון אנדערע מקומות אין די וועלט, ביטע דא ארויפשטעלן.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5442 מאל

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג יוני 05, 2012 5:22 pm

לייגט ארויף אן עפפ אויף אייער סמארט פאון וואס וועט אייך העלפן נאכפאלגן ווענוס.
http://www.latimes.com/business/technol ... 1115.story
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3819 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג יוני 05, 2012 5:31 pm

געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7622 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דינסטאג יוני 05, 2012 5:49 pm

ראשעקאל האט געשריבן:די גרויסע געשעעניש איז ווייניגער ווי אנדערטהאלבען שעה אוועק. אין נוא יארק איז פארוואלקענט. איך האב מורא אז מ'גייט נישט קענען זעהן. ווי קען מען מיטהאלטן לייוו? און ווער ס'האט פיקטשערס פון אנדערע מקומות אין די וועלט, ביטע דא ארויפשטעלן.


ראשעקאל, קומט אהער דא צו מיר, דא איז זייער שיין די וועטער, די זון שיינט און מיר ערווארטן דעם גרויסן געשעעניש מיט גרויס ענטוזיאזם.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג יוני 05, 2012 6:07 pm

ווי ביסטו?? וויי געוואלד, דא איז ביג טיים פארוואלקענט
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5442 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג יוני 05, 2012 6:16 pm

כהאלט מיט אויף נאסא לייוו.
ווינוס קריכט אריין.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5442 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג יוני 05, 2012 6:22 pm

זי לאט זיך זען
בייגעלייגטע פיילס
untitled.PNG
untitled.PNG (94.83 KiB) געזען געווארן 2629 מאל
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7622 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יוני 05, 2012 6:32 pm

אזוי זעט עס אויס פון ניו יארק:
venus.PNG
venus.PNG (91.07 KiB) געזען געווארן 2617 מאל
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4502 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג יוני 05, 2012 6:49 pm

יידל האט געשריבן:אזוי זעט עס אויס פון ניו יארק:
venus.PNG

איך ווייס נישט ווי אין ניו יארק דו ביסט, אבער ביי מיר זעהט עס אויס אזוי.
בילד
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7622 מאל

הודעהדורך דבילה » דינסטאג יוני 05, 2012 8:57 pm

א מין חוצפה דער וואלקענעס היינט! איך גלייב שוין גארנישט אז ס'איז געווען עפעס מיט נוגה... ס'געווען גוט פארוואלקענט און געהערט האט מען אז נוגה איז געפארן אונטער די וואלקענעס! ווער האט דיר פארציילט? אפשר נישט? א מין בראך!
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » דינסטאג יוני 05, 2012 9:02 pm

מענטשן פארזאמעלט אין לאס אנדזשעלעס צו זען די טרענזיט
בייגעלייגטע פיילס
ed.jpg
ed.jpg (131.64 KiB) געזען געווארן 2588 מאל
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל


גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט