זאל איך גיין וואוטען אדער נישט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

זאל איך גיין וואוטען אדער נישט?

שליחה דורך טעלעפאן »

בשיטה געפעלט מיר דער געדאנק צו וואוטען, האבן א ״בלאק וואוט״, זאלן די פאליטיקאנטן וויסן אז מיר זענען נישט קיין שטח הפקר. ס׳איז קלאר אז אין וויליאמסבורג מאכט מען פון אונז דאס גענאר. ציב״ש, אני הקטן האב באקומען ער״ה דהאי שעתא א טיקעט פאר ״סיט בעלטס״ (ווען איך טוה אייביג אן מיינע סיטבעלטס ווען איך דרייוו און דאס מאל אויך.), אבער פארשטייט זיך אז ס׳איז נישט געווען צו וועם צו רעדן. וכהנה וכהנה איך בין זיכער אז יעדער קאווע שטיבל לייענער האט אויך מיטגעמאכט עפעס ענליך.. איז ביזדערווייל רעד איך מיך איין אז אויב מיר וועלן קומען מיט א בלאקוואוט צו די פאליטישטנס וועט דער מצב ווערן עטוואס בעסער.

אבער דא עקא.. קוקענדיג אינעם ״איד״ ״בלאט״ און אפילו ״המודיע״ זעה איך א בילד ווי ס״ה האנדעלט זיך וועלכע זייט פון סאטמאר וועט געווינען דעם קומענדיגן קאורט.... און מיט אונז, המוני עם, קימערט מען זיך גאנץ ווייניג.. ניטאמאל ״פרובירן זיי״ מיך איינצורעדן אז מען וועט עפעס פרובירן טוהן לטובת אונז... אחוץ די ״מוסדות״ליכע אנגעלעגנהייטן... קעמפס, בילדונגס, אפילו וואוטשערס, אבער דא ענדיגט זיך עס.

איז וואס טוה איך? זאל איך נאך אלץ גיין שטימען און העלפן א ״בלאק וואוט״ ווייל כאטש זאלן זיי זיך רעכענען מיט אונז אדער דארף איך נישט צוהעלפן ווי א נאר אז די קהילות - וואס האבן מיך דארט ווי איך האב זיי - זאלן קענען ערפילן זייערע באגערן...?

איך האף איך בין גענוג קלאר....
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר