אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
א גוטן צו אלע מיטגלידער דא.
איך בין אן אלטע ליינער דא, אבער איך מיין אז דאס איז מיין ערשטע תגובה.
איך וויל אויסשמועסן א טעמע וואס איז מן הסתם נוגע נאך מענטשן דא, און איך האף אז מיט'ן שרייבען און אויסשמועסן דא וועט מען קענען אביסעל מברר זיין דעם ענין.
ס'איז שוין געשמועסט געווארען כמה פעמים בדרך אגב, אבער איך מיין אז ס'איז דערווייל נאכנישט ארויסגעברענגט געווארען מיט באק ציינער.
איך וועל עס רופן "אינטערנעט עדיקשאן" אבער באמת מיין איך צו רעדן פון סעק*ס עדיקשאן וואס עפ"י רוב ווערט היינט געטוהן אויפען אינטערנעט.
איך וועל אנפאנגען מיט די מציאות הדברים.
דער בוכ"ע האט באשאפען זיינע ברואים, מענטשן און בע"ח, אז זייער סיסטעם מאנט פון זיי זיך אויסצוגעבן די סעקסשואלע געברויך א יעדע שטיק צייט, אנדערש ווי א מענטש דארף עסן, טרינקען, שלאפן מיום הוולדו, ווערן אבער די סעקסשואלע געברויכען און הארמאנען דעוועלאפט צוביסלעכווייז, אויף פארשידענע אופנים, יעדער מענטש לויט זיין פיזישע און מענטאלישע געבוי, און פארשטייט זיך לויט די געזעלשאפט וואו ער ווערט ערצויגן.
פארשטייט זיך ביי יעדעם ארבעט עס אנדערש, ס'איז דא מענטשען מיט גאר סענסיטיווע היצליכע הארמאנען, וואס ווערט אנגערופן א הויכע ס**ס דרייוו, און ס'איז דא מער רואיגערע נאטורן וואס קענען זיך מער באהערשן זייערע הארמאנען.
דאס אלעס ביז אהער איז נארמאל.
ס'איז אבער דא אזאנע וואס דאס גייט צו א ווייטערדיגע שטאפל, ס'ווערט אן עדיקשאן.
בעפאר איך פאנג אהן וויל איך מקדים זיין, אז כמה פסיכאלאגען און דאקטורים זענען נישט מכיר אין די מציאות פון ס**ס עדיקשאן, והספרים פתוחים יעדער קען דאס נאכקוקן, אבער באמת צו ס'הייסט פונקטליך עדיקשאן צו נישט איז נישט אזוי ווייט נוגע, דער פראבלעם איז זיכער א פראבלעם וואס פלאגט א געוואלד פון מענטשן איבער די גאנצע וועלט.
מ'רעדט פון מענטשן וואס זייער סעקסשואלע געברויך נעמט זיי איבער און זיי האבען נישט קיין שליטה איבער דעם, זיי טוהען זאכן וואס זיי וואלטן נישט געוואלט טוהן, זיי פארברענגען שעות ע"ג שעות פון זייער טייערע צייט, זיי פארפאסן אפערטוניטיס אין לעבן, זיי גייען אויף פלעצער ווי זיי וואלטן נישט געוואלט גיין, ווען די בולמוס כאפט זיי אהן קענען זיי ארויסגיין פון גלייכגעוויכט בכמה מיני אופנים, איש איש כפי מצבו ועדיקשינו.
בכלל ווערט די סעקסשואלע געברויך א זאך וואס שטערט און לאזט נישט דעם מענטש אנקומען צו זיינע ריכטיגע לעבנס ציהלען, צוביסלעך ווערט ס**ס דער ענטפער אויף א יעדע קאנפליקט און א יעדע געפיל, דער מענטש הערט אויף צו שטייגן און פאלט אריין אין א סירקעל פון עדיקשאן, מ'לעבט אין א פארנעפעלטע חלום, מ'שפירט נישט קיין קאנסיסטענט געפילן. מ'קען שרייבען און שרייבען און נישט אויפהערן צו שרייבען וואס דאס טוהט צו דעם מענטש, די שורש איז אבער אז דער מענטש איז נישט אין קאנטראל פון זיך אליינס, און דאס צו'הרג'עט א מענטשנ'ס סיסטעם.
ווער ס'ליידט פון דעם, און ער איז אפן מיט זיך, ווייסט אליינס וואס פאר א חורבן דאס איז. די מציאות איז אבער אז זייער אסאך פון דיע וואס לעבן מיט דעם פראבלעם, לעבן אין denial, זיי גייען זיך אויסגעבן און נאכדעם לויפן זיי אוועק פון דעם, און פארגעסן בכלל ווי זיי זענען געווען. זיי קענען נישט משלים זיין אז איך "הרב פלוני" זיצט שעות אויף פארן וועבזייטלעך און איז זיך ממשמש בידים כמה פעמים ביום או בשבוע או בחודש, ס'שטימט נישט מיט זייער מציאות, מיט זייער בליק אויף זיך אליינס, מיט זייער קאמיטמענט צו זיין ווייב און קינדער, מיט זיין קאמיטמענט צו גאט וכו', ממילא לעבן זיי אין דינייעל, זיי דערשטיקן דעם אנגייענדיגע מציאות. דער פראבלעם פון לעבן אין דינייעל איז א צרה פאר זיך ,א מענטש וואס האט א גאנצע באהאלטענע לעבן וואס ער באהאלט פון זיך, פון זיין משפחה, פון זיין גאט, וכו', אזא מענטש ווערט דיסטארטעט, ער שטימט נישט, ער איז אפאר מציאות'ן, ער שטימט נישט מיט זיך אליינס, ער איז נישט בשלום מיט זיין מציאות, ער לויפט פון איין מציאות צום אנדערן.
די תוצאות פון אזעלכע מענטשן איז ביי יעדעם אנדערש, ס'דא אזוינע וואס ס'וועט גורם זיין צו מאכן פארשידענע דראסטישע שינוים אין זייער לעבן, זאכן וואס זיי האלטן נישט באמת ביי דעם,אבער דעם גרויסן דחף פנימי שטופט זיי און נעמט זיי איבער, און פון גרויס פרעשור טוען זיי זאכן וואס זיי האלטן אז ס'וועט זיי העלפען זיך באפרייען פון די עדיקשאן, ס'דא אזאנע וואס מאכען שלום מיט די מציאות איך קען מיך נישט באהערשן, און שטעלן זיך אויס אזא דאבעל לייף סיסטעם, זיי געבן אויף זייערע גאולס און זיי לעשן זיך אויס זייער סיסטעם, נישט זעענדיג קיין מהלך ארויס פון זייער תפיסה.
ס'וועט אוודאי זיין אזעלכע דא וואס וועלען צוטשעפענען דעם פראבלעם צו אונזער אזוי גערופענע "סיסטעם", די ווייבער זענען שולדיג, זיי זענען צו פרום, די תורה איז שולדיג מיט'ן געבן איסור נדה וכו', למעשה כד נעיין איז די פראבלעם א גלאבאלע, עס פלאגט מענטשן פון אלע ראסעס, רעליגיעס, בעקגראונדס, איז זעהט זיך אויס אז די וועלטליכע סיסטעם איז פונקט אזא גורם ווי אונזער לאקאלע סיסטעם.
(ס'איז דא ביי אונז אזעלכע וואס לעבן א דאבל לייף נישט אלץ עדיקשאן, נאר אלץ קאמיוניטי פרעשור, אבער איך רעד נישט פון דיע סארט).
למעשה ווער ס'דרייעט זיך אויף די אינטערנעט ווייסט פון די וועבזייטל guard your eyes, זיי גייען מיט די 12 סטעפ מהלך וואס איז אריגינעל פארמירט געווארען פאר אלקאהאל עדיקשאן, ווי מיליאנען מענטשען איבער די וועלט וואס האבען טרינקען פראבלעמען קומען זיך צאם יעדען טאג צו די סארט גרופעס און ארבעטן אויף די 12 סטעפס. די וועבזייטל ווערט אנגעפירט דורך דעם אלעמען באקאנטן ד"ר ר' אברהם יהושע טווערסקי, ובלע"ז A J Twerski, ווער ס'האט נאר אמאל מעיין געווען אין זיינע ביכער ווייסט צו זאגען פון זיין גרויסע אנהענגעניש אין די 12 סטעפ פראגראם, ביי עם איז עס א בחינה פון הפך בה והפך בה דכולא בה, און ס'ווערט גע'חזר'ט אין זיינע 50 ביכער בכמה אנפין, און ווי ער שרייבט גייט ער אליינס צו די מיטינגס און ער ארבעט אוכט אויף די 12 סטעפס (וצ"ע אם סיבת בואו הוא משום איזה אחיזה של עדיקשאן שיש לו, או רק שנראה לו מהלך החיים של הי"ב מדריגות, ויש כמה מצדדים לכאן ולכאן, ולא אאריך בדברים שאינם נוגעים למעשה. יש לו ג"כ ב"א מרדכי טווערסקי מפלטבוש, אדמו"ר מהארנאסטייפעל או אדמו"ר מהאגאטשאוו בפי כמה, והוא כמו דודו ג"כ חסיד נלהב מכל הנ"ל, ואכמ"ל).
די 12 סטעפס איז א סוגיא ארוכה מאד, ס'האט אין זיך אסאך אינטרעסאנטע חלקים, און איך וועל אפשר שרייבען אמאל מער באריכות.
למעשה די סטאטיסטיקס ווייזן אן אז ווען ס'קומט צו ס**ס עדיקשאן האט די 12 סטעפס א קליינע סוקסעס רעיט.
מיין מטרה אין דעם אשכול איז:
ווער ס'ווייסט מער וועגן דעם נושא, ווער ס'וויייסט פון אזאנע וואס זענען ארויס פון דעם, סעלף העלפ ביכער, טעראפיסטן, וכו', ווערט געבעטן בואו לאחיכם לעזרה, ס'איז זיכער דא צווישען די ליינערס וואס קענען נוצן הילף למחצה לשליש ולרביע.
ווי אויכעט אויב איינער וויל עפעס מגיב זיין און איז נישט באקוועם צו ניצען זיין ניק, קען מיר אישי'ען און איך וועל עס ארויפשטעלן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ניקסאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
ניקסאן, האסט זייער גוט אראפגעלייגט דעם פראבלעם, יעצט ווארטן מיר צו הערן אן עצה. דו זאגסט אז די 12 סטעפ טויג נישט, נו וואס איז יא די ריכטיגע וועג?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
איך וועל אנפאנגען אביסעל מיט די ערשטע סטעפ פון די 12 סטעפס מהלך.
די ערשטע סטעפ איז ארויסצוגיין פון דינייעל און מכיר זיין אז מ'איז ערענסט אין פעקל, מ'איז אין א תפיסה פון די אייגענע עדיקשען, און מ'האט נישט קיין וועג ארויס! מ'איז overpowered פון א עדיקשאן און מ'האט נישט קיין שום אייגענע כח עס איבערצוקומען, אויף אזוי ווייט, אז מ'דארף זיך באטיטלען אלץ אן אלקאהאליק אדער סעקסאהאליק,אדער געמבאהאליק וכו'.
ד.ה. איך בין א סארט מענטש וואס האט א מיחוש פון א עדיקשען וואס די עדיקשען איז חי וקים and Here to stay,
ס'גייט נישט קומען עפעס א מצב אין לעבן וואס גייט פארגרינגערן די עדיקשאן, די עדיקשאן איז דא אין מיין סיסטעם.
יעצט בעצם די ערשטע נקודה פון די סטעפ, אז דא איז דא אן ערנסטע פראבלעם וואס פליהט נישט אוועק, און מכיר זיין אז מ'איז עדיקטעט, דאס איז א מאסט אין יעדע מהלך. אויב א מענטש לויפט אוועק פון דעם פראבלעם גייט ער עס קיינמאל נישט לייזען.
די 12 סטעפ זאגט דיר אבער נאך א זאך, פרוביר נישט צו אויספיגורען א וועג וויאזוי איבערצוקומען דאס, ווייל דו גייסט נישט קענען! דאס איז שטערקער פון דיר.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 100
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:13 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
ווי די ספרים לייגען אראפ א משל ווען מגייט אין מלחמה איז די סדר אז אויב האט מען געפאנגען די גענעראל האט מען אויטאמאטיש געווינען די מלחמה , די זעלבע ביי מלחמת היצר אויב איז מען מכניע די תאווה וואס איז די שפיץ אין די שווערסטע פון אלע האט מען געווינען די מלחמה. אשר על כן עס איז שווער אין סדארף אזוי זיין אבער דעס איז די שליסעל צי אלעס ...
איך וויל נאר ארויסברענגען ווי וויכטיג ס`איז יעצט לאמיר צוריקגיין צי הערן די עצות . אז נדברו איש אל רעהו

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום Yossy, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Yossy האט געשריבן:ווי די ספרים לייגען אראפ א משל ווען מגייט אין מלחמה איז די סדר אז אויב האט מען געפאנגען די גענעראל האט מען אויטאמאטיש געווינען די מלחמה , די זעלבע ביי מלחמת היצר אויב איז מען מכניע די תאווה וואס איז די שפיץ אין די שווערסטע פון אלע האט מען געווינען די מלחמה. אשר על כן עס איז שווער אין סדארף אזוי זיין אבער דעס איז די שליסעל צי אלעס ...
איך וויל נאר ארויסברענגען ווי וויכטיג ס`איז יעצט לאמיר צוריקגיין צי מטכס עצות זיין. אז נדברו יראי ה איש אל רעהו
זיי זענען נאך יראי ה'? די סעקסאהאליקס.? הא...!
איך מאך נאר א ווערטל. שרעקט אייך נישט' קינדערלעך...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
ווער זאגט ס'איז דא אן עצה?
אפשר איז דאס זיין חובת האדם בעולמו, צו פייטען יעדען טאג, און אמאהל אויפטוהן און אמאהל נישט.
בכלל איז עפעס דא אן איינרעדעניש אז פאר יעדעס קרענק איז דא א רפואה. אמאהל איז די קרענק אליין די רפואה. יעדעס עדיקשאן טוט פלאצען ווען עס גייט ארויס פין די גדרים, און אויב איז עס נאך אין די גדרים דארף עס אפשר נישט הייסען א קרענק.
לאמיר זאגען למשל איינער האט א תאווה אז לכל הפחות איינמאל א וואך טאפט ער זיך
לדעתי ווען איינער איז אן אלעקהאליק, און טרינקט אינדערפרי עד כדי שכרות און קען נישט אנגיין מיט דער טאג, איז עס א פראבלעם, נישט אז ער טרינקט נאר אז ער קען נישט ארבעטען און האבען א טאג.
די זאך פין די אינטערנעט, איז לאו דוקא א זאך וואס מאכט חרוב א דאס לעבען פין א מענטש, נאר ווען ער לאזט עס גיין אזוי ווייט אז ער מאכט חרוב. און לדעתי געשעהט עס נישט אזוי אפט.

מאי כל הרעש?ווען די בולמוס כאפט זיי אהן קענען זיי ארויס גיין פון גלייכגעוויכט בכמה מיני אופנים איש איש כפי מצבו ועדיקשינו.
לדעתי ווען איינער איז אן אלעקהאליק, און טרינקט אינדערפרי עד כדי שכרות און קען נישט אנגיין מיט דער טאג, איז עס א פראבלעם, נישט אז ער טרינקט נאר אז ער קען נישט ארבעטען און האבען א טאג.
די זאך פין די אינטערנעט, איז לאו דוקא א זאך וואס מאכט חרוב א דאס לעבען פין א מענטש, נאר ווען ער לאזט עס גיין אזוי ווייט אז ער מאכט חרוב. און לדעתי געשעהט עס נישט אזוי אפט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
כבוד פרעזידענט ניקסאן ירום הודו
געוואלדיג! גוט אראפגעלייגט און ארויסגעזאגט די מציאות, אבער היצט דארף מיר איינער דעם אנדערן געבען עצות, נישט בלייבן ביי דעם, ביים פארשטיין אז דאס איז א צרת רבים און ממילא א חצי נחמה.
זייער שווער צי אנרופען א מענטש סעקססוהאליק וכדו', פונקט ווי א מענטש איז נישט אטעמאליק און עסענאליק און טרינקענאליק, אפילו איינער עסט מער און איינער נאך מער אבער דער בוכ"ע האט אזוי באשאפען דער מענטש, אין דאס איז אן הכרחי און אין די טבע, אלקעהאל איז נישט קיין הכרח אבער טאמער כאפט ער זיך צי צי דעם ביטערן טראפ אויף א אבנארמאלען אויפן איז אלקאהאליק וכדו', און טאמער ווערט ער געכאפט אין ניאוף לויפט נאך זכרים און נקיבות איז ער סעקסוהאליק, אבער מיר רעדען פון אפילו סתם המון עם וואס עסן טרינקען שלאפען און משגל איז אויף א נארמאלען אופן, עכ"ז הערשט א גרויסע עדיקשאן פראבלעם, און אוף דעם האט אים די בוכ"ע געגעבען דעת מער ווי א בהמה וואס נאר ער עסט טרינקט שלאפט און משגל'ט ארום ער זאל קענען ארבייטן און זיך אויס'מענטש'לען.
דער מבחר אנושי האט דער דעת וואס דארף שולט זיין אויפ'ן לב, דהיינו אפילו א גוי להבדיל מיז זיין עטוואס מח שליט על הלב ווייסט אז אנדעם איז ער קיין מענטש נישט, טאמער ער באהערשט זיך נישט גארנישט אויף זיינע גליסטעניטן איז ער בגדר בהמה/חיה, כש"כ א איד וואס איז עם הנבחר מוז מער ארבעטן אויף דעם געביט פון שליט זיין דער מח על הלב אזוי קען ער מער מגדיר זיין עריות, כיעור וכדו' און אוטומאטיש אנקומען נענטער צו קדושה.
פארשטייט זיך אז דער יצר איז בוער כתנור אויף יעדעם איינעם אן אויסנאם, נאר די טעמפרעטור פונעם תנור איז נישט ביי יעדעם גלייך, און ביי וועם דער אויווען איז הייסער האט א שווערער ארבייט זיך צי באהערשען ער זאל קענען ווערען אנגערופען מענטש / איד, און ביי וועם די פלאם איז אויף א קלענערעם גראד איז די ארבייט אביסעל לייכטער, אבער אן עבודה איז דאס פאר יעדעם.
דאס איז קלאר אז די אינטערנעט והמסתעף האט אונז געמאכט די ארבייט פילפאכיג שווערער און ביטערער! ווייל ווי נישט ווי איז די בושה פארלאפען דער וועג - ביי אייינעם איז עס געוועהן בושות אויף צי קויפען מאגאזינען, און ביים לעצטען צו גיין אין טיאטער און אלעס אינדערצווישן, אין ביי מאנכע ווי די כלי המעשה האט שוין גומר געוועהן, אבער די בושה און די זעלבסט עהרע, פאר זיך אדער פאר די משפחה / גיטע פריינט וכדו' האט אסאך אפגעהאלטן, און מיט די דיע ביטערע אינטערנעט נסיון איז די אויבנדערמאנטע נישט שייך, און אויך איז דאס אזוי גרעפיקל ווי קיינמאל בעפאר, ממילא איז עס אזוי פלאקערדיג און כמעט גארנישט שטייט אים נישט אין וועג אזש ביז ער ווערט קראנק ל"ע און עדיקטעד וכדו' און ביי יעדעם איינעם ווי ווייט עס גרייכט.
עצות:
זייער שווער צי זאגען... ווייל ביי יעדעם איז די מציאות אנדערש, סיי ווי ער האלט, ווי עדיקטעד ער איז שוין, וויפיל עס שטערט אים נאך, און ווי ווייט ער האט שוין ליידער שלום געמאכט מיטן מצב, וכדו' וכדו', אבער דאס איז איינמאל זיכער אז אנדעם וואס ער אליין זאל מחליט זיין עד כאן אומרים בשבת הגדול וועט קיינער אים נישט קענען העלפען אדער אפהאלטען! נישט קיין כינוס כללי און אויך נישט קיין כינוס פרטי, אפשר אויף א קורצע וויילע יא - הגם דאס איז אויך זייער חשוב - אבער נישט קיין לאנג טערמיניגע עצה.
דאס איז אויך קלאר אז מיט'ן זיך נאכגעבן דער פת בסלו איז א שטיקעל ישועה און מהלך, דהיינו זוכן עצות אז זיין בעדרום לייף זאל אים שטארק זעטיגען, און אויפן געוועלבעל זאל ער כאטש זיצען אביסעל מאחורי (וואס איך טוה היצט ) און אנדערע סייטס וואס איז נישט פארנאגראפיע, און א פילטער וואס וועט אים אביסעל העלפן זיין אייגענען רצון זיך עטוואס צוימען און דערנאך מאכען אייגענע גדרים און סייגים קנסות וכדו', ווי איך ווייס פון איינעם וואס גיט 100 דאלער פאר ר' מאיר בעל הנס נאך יעדע פארנאגראפיע סייט וואס ער האט באזוכט (זיך מקבל געוועהן נישט צו באקומען כבוד אויף דעם נאר עס געבן אין פושקע וואס נאר גאט ב"ה אליין וועט וויסן פון דעם און קיינער מער) אזוי ארום איז ער האלב פטור פון די צרות... אויב ביי איינעם איז 100 נישט גענוג קען ער מאכען מער, אבער די ווארט איז עס זאל ציפן אביסעל אין טאש וכדו' ווי דאס קען העלפען זיי אייגען אינערליכע רצוניות זיך זעהן אינדרויסן פון די דרע*ק.
און פארשטייט זיך א תפילה לקל חי אז עס זאל אים גיין גרינג דער וועג ארויס און אז ער האלט זיך נאר אפ פארן זיין א גאט'ס פארכטיגער מאן - אפילו וויזוי ער קוקט אויס - און בעזהשי"ת קריכט מען צוביסליך ארויס, ווי יענער האט גאזאגט: מיט סייעתא דשמיא, דעם רבי'נס כח און אייגענעם רצון קען מען אלעס גרייכען.

berlbalaguleh האט געשריבן:ר' שלמה המלך: יחי המלך: כ'האב פונקט נעכטן אינדערפריה ביי שחרית געזעהן אין מיין ביהמ"ד ווי איינער רוקט אריין א פאר מאות אין די ר' מאיר בעל הנס פושקע. כ'האב מיך זייער שטארק געווינדערט "וואס האט ער שוין געקענט אנשטעלן"? יעצט פארשטיי איך...!
אויב מען גיבט פריער באקומט מען א דיסקאוינט, האלב די פרייז.....
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- ואימא איפכא
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:23 pm
- געפינט זיך: דא אין מאנסי
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
קומסט מיר פאר ווי דער בחור אין ישיבה ווען די משגיח האט אים פארגעהאלטען היתכן ער עסט א אייזקרים קוין אינמיטען די גאס מיט זיין חאלאט און הוט, פרעגט ער אים די שעמסט דיך נישט? ענטפערט דער בחור יא! איך האף מיט די בושה אפצוקומען די גראבע עבירה פון עסן אייז קרעם.....
עכ"פ די ווילסט מיטן באצאלן פארן שמיץ יוצא זיין די קנס אין גדר ערוה.... כ'הער.. אפ טו יא, איטס יאר אוין טשויס,
#סמארט איידיע
עכ"פ די ווילסט מיטן באצאלן פארן שמיץ יוצא זיין די קנס אין גדר ערוה.... כ'הער.. אפ טו יא, איטס יאר אוין טשויס,
#סמארט איידיע
- ואימא איפכא
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:23 pm
- געפינט זיך: דא אין מאנסי
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
- ואימא איפכא
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:23 pm
- געפינט זיך: דא אין מאנסי
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
בכל דור ודור איז געווען גילו עריות במלואו. אויב מיינט איר אז פאר טויזענט יאר צוריק איז די וועלט געווען בעסער אן פארנאגראפיע האט איר א טעות. עס איז אמת אז פארנאגראפיע האט געצויגן דעם שטריקל מיט א שטארקן קראפט, אבער עריות האט אייביג געבוזשעוועט מאז בריאת העולם. באוויסט די מעשה אז איינער פון די תנאים האבן אראפגעריסן א תנא פארן דינען עבודה זרה, איז ער געקומען צו אים אין חלום און געזאגט: אז ווען דו וואלסט געלעבט בימי וואלסטו געלאפן דינען עבודה זרה, מה הפשט?
עבודה זרה מיינט נישט נעמען א ציגל און זאגן דו ביסט גאט. עבודה זרה מיינט ווערן פאר׳כישופ׳ט אין זאך וואס נעמט דיר ארויס פון די גלייזן. ״א פרעמדע דינעריי״. אין ברסלוו צירקולירט א שטארקן מאמר: ווען דו זעסט א שיינע פרוי און כלתה עליו הרעה, דו ווערסט נשתגע, דינסטו עבודה זרה. אלעס באלאנגט דאך צו גאט, עס איז זיינס! וואס ווערסטו משוגע פארן באדינער אינדרויסן פונעם פאלאץ? גיי אריין אינעווייניג און קוק אויפן קעניג אליין! דאס מיינט עבודה זרה.
די דמיונות פון עריות זענען שרעקליך נגד השכל, איך וויל נישט אריינגיין גראפיק, אבער ווען איינער נעמט די ביישפיל אז מען פלעגט ׳ארויסגיין אויפן געטשקע״ איז דאס נישט געווען סתם א טראדיציע, דאס איז געווען א ראמענטישע תאוה וואס האט געהויבען די הערמאנען פונעם מענטש פונקט ווי ״פארן ואביזירייהו״.. עס איז געווען א אויסטערלישע תאוה אן קיין גרעניץ. עס איז געווען די אינטרנעט אין 3D...
נחזור לענינינו, אן פארשטיין גרינטליך די פאראלעל, וויל איך ארויסברענגן די געדאנק הנכתב למעלה. פארנאגראפיע האט געשטורעמט די וועלט בכל דור ודור, נאר יעדענס מאל אין א אנדערע פארום און ווערסיע.
די מלבי״ם אין פרשת בראשית שרייבט א מוראדיגע זאך ביי די פרשת הבריאה, ער זאגט: א בהמה האט די תאות המשגל נאר ווען ער דארף עס האבן פאר די המשכת הבהמה צו געבוירן, די רגע כשהסתיים פארלירט די תאוה ביזן קומענדען מאל. ווייל אויב נישט וואלט ער אויסגעגאנגען, וויבאלד ער האט נישט קיין שכל וואלט ער געוואוינט בלי הרף. א מענטש אבער האט די תאוה קשורה בו ככלב, יעדן רגע פון טאג, און זיין טשעלענדזש איז זיך מתגבר זיין וויבאלד ער האט שכל.
די עצה?
רחבה מני ים.
עס איז א שרעקליכן חרב המהפחת וואס פארלענדט די מין אנושי סיי פון אידן און גויים צוגלייך. אסאך לענדער בלאקירן טאקע פארנאגראפיע אויף זייערע אינטרנט. וואס הייסט, מען דארף דאך פרידאם? זיי פארשטייען אויך דאס צושאקעלט די מענטשהייט. רוף זיי דיקטאטורן אז דו ווילסט.
ביל געיטס האט געהאט מציע געווען אז אלע פארן סייטס זאל לויפן אויף איין דאמעין נאמען און אזוי וועט מען גרינג קענען קאנטראלן פארן. אבער עס האט זיך גארניקס אויסגעלאזט מאמענטאל.
פילטער?
שוואכע עצה. רוב מאל מאכט דאס ערגער, ווייל עס האט נישט אויסגעלאשן דיין פראבלעם, נאר פשוט עס באהאלטן, נו, וועט ער דאך מער וועלן קוקן א דאנק דעם.
עס זענען דא פאקטארן וואס שפילן צו דעם מענטש צו פארנאגראפיע, און אויב מען טוט דערגיין דעם פאקטאר און עס לעזן, קען עס צומאל דערשטיקן דעם עדיקשען. ווי למשל פת בסלו.

מאטי האט געשריבן:ע"ז איז ע"ז, ג"ע איז ג"ע. מ'דארף נישט מאכן א קוגל פון די צוויי צו פארשטיין די תאוה פון ע"ז, צו פארשטיין תאות ע"ז דארף מען נישט מער ווי זיך אומקוקן ווי אזוי ס'גייט צו א היינטיגע רבי'שע מצוה טאנץ.
איך וואלט אויך נישט געוואלט מאכן א קוגל פון די צוויי, אבער הנסיון יורה אז זיי זענען אינטערגראלע שותפים לדבר עבירה. איך פארשטיי אויך אז דאס שמעקט נישט דעם מענטש. ווען איינער איז מבוסם בעריות וויל ער נישט מען זאל האקן א טשייניק פון עבודה זרה, אבער די מדע וחכמה טוען ערקלערן אז שניהם עולים בקנה אחד. פון איין עבירה פארשטייט מען דעם צווייטן. עס איז דברים פשוטים מאוד. אבער לאמיר נישט פארקריכן פונעם ענין.